בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אפהאלטן א שידוך פאר א בחור העכער די צוואנציג
שידוכים, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג; ווי מעג מען זאגן פאר א בחור העכער די צוואנציג זאל נישט מאכן די שידוך צוליב דעם וואס די מיידל וויל גיין א שייטל? ווי מעג מען זאגן פאר א בחור העכער די צוואנציג זאל זיך עקשנ'ען פאר א טיכל - ווען אלע גדולים וצדיקים האבן מתיר געווען צו גיין א שייטל?! ווי ביטער איז צו זיין א פלג גוף, אפילו נאר פאר איין טאג, פאר איין שעה, השם ישמרינו.


זיי מחזק דעם בחור ער זאל פרעגן זיינע ספיקות און שאלות ביי צדיקי אמת וואס וועלן אים מדריך זיין בדרך התורה, און אז די גרעסטע זאך איז חתונה האבן; אמת אז א טיכל איז זייער הייליג, אבער דאס איז נישט העכער ווי חתונה האבן, און אז מען זעט אז עס גייט נישט קיין שידוך און עס קומט א גוטע שידוך  - טאר מען נישט אפהאלטן די שידוך צוליב דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.