בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט ווערן צעבראכן אז דער שידוך האט זיך נישט אויסגעארבעט
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלט איר זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט נעמען צום הארצן די גאנצע מעשה פון די שידוך אז די כלה האט אפגעלאזט דעם שידוך.


עס טוט יעדן איינעם זייער וויי און נאך מער טוט דאס אייך וויי ווייל איר זענען געווען די שדכנ'טע און איר שפירט א שולד געפיל, דער יצר הרע רעדט אייך איין אז איר זענט שולדיג.


וויל איך אייך מחזק זיין אז איר זאלט ווייטער עוסק זיין אין שידוכים בפרט פאר הבחור ... נרו יאיר וועלכער איז א טייערער בחור און איז ביי מיר ווי אן אייגן קינד, אויך איז די מיידל א טייערע מיידל וכו', איי פארוואס און פארווען האט דאס פאסירט? דאס האט נישט מיט אונז, דאס איז אלעס מן השמים.


פארשטייט זיך אז די וואס האבן ליב לשון הרע ורכילות וועלן יעצט שרייבן ביכער, רעדן און פלוישן על דא ועל הא, דאס האט אבער נישט מיט אונז; מיר דארפן ווייטער טון דעם רצון ה' עוסק צו זיין בישוב העולם, מאכן שידוכים און רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך.


איך בעט אייך נאכאמאל איר זאלט זיך נישט שפירן שולדיג; נישט איר זענט שולדיג, נישט דער בחור ... איז שולדיג און די מיידל איז אויך נישט שולדיג. אזוי איז נגזר געווארן און מען דארף דאס אננעמען באהבה ווי א גלעט פונעם אייבערשטן און שוין פרובירן צו מאכן נאך שידוכים.


יישר כח פאר'ן אננעמען די חיזוק.