בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט מצער זיין די ערליכע אידן
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן נישט צו לייגן קיין ווידיאוס אין ירושלים. דו ווייסט אז אלע קהילות וואס געהערן צו די עדה החרדית, ביי זיי איז אסור בתכלית האיסור צו קוקן ווידיאוס - זאלסטו נישט גיין קעגן זיי; מיר דארפן אכטונג געבן נישט וויי צו טון ערליכע אידן, ערליכע קהילות. זאלסטו מער נישט לייגן קיין ווידיאוס, זאלסט גיין הפצה אויף די אלטע וועג - מיד ליד, איבערגעבן אין די הענט ספרים און קונטרסים, בפרט די גליונות און די נייע ספרים - עצתו אמונה, איש אמונות; וואס דאס האט א שטארקע כח מקרב צו זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


די פון אנשי שלומינו וואס ווילן עוסק זיין אין הפצה ביי זייער געשעפט - קענען האבן אין געשעפט די גליונות און קונטרסים, דאס געבן א מתנה פאר אלע וואס קומען ביי זיי אין געשעפט. ווען מען טיילט די קונטרסים זאל מען בעטן מען זאל געבן צדקה, דאס איז די וועג פון הפצה.


מאך נישט זאכן וואס וועט אויפרעגן די פרומע עולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.