בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט נעמען קיין היטש מיט א פרעמדער
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


זייער גוט טוסטו אז דו פרעגסט יעדע זאך, און אויך אויף צוריק פרעגסטו אויב דו האסט גוט געטון.


בנוגע וכו'; האסט נישט גוט געטון, מען טאר נישט כאפן א היטש מיט א פרעמדע פרוי, קיינמאל זאלסטו נישט אריינגיין אין א קאר פון א פרוי.


אויך מיט א פרעמדער מאן איז נישט גוט צו גיין אין א קאר, ווייל ליידער זענען דא מינוולים, קראנקע מענטשן, וואס לאקערן אויף אינגלעך און בחורים, זיי מטמא זיין רחמנא לצלן; זאלסטו נישט נעמען קיין היטש מיט א פרעמדער וועם דו קענסט נישט.


שעם זיך נישט צו פרעגן אלע דיינע פראגעס, איך וועל דיר אלעס ענטפערן און ווייזן די שיינע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.