בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא, ירושלים
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען איר רעדט אין כיתה צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן נאך די חתונה און עס זענען דא תלמידות אין כיתה וואס די עלטערן שערן זיך נישט אפ, זאלט איר אכטונג געבן ווי אזוי איר רעדט, נאר רעדן דאס גרויסקייט און דאס שיינקייט דערפון, נישט רעדן שארף, נישט וויי טון און נישט צעמישן די קינדער פון די שטיבער, זיי נישט וויי טון און דערשרעקן.
ווען איך בין געווען א מלמד האב איך אין אנהייב, אין די ערשטע טעג – גוט אויסגעפרעגט די תלמידים ווער זייערע עלטערן זענען, וואו זיי געהערן, וואו זיי דאווענען, ווער זענען די זיידעס פון אלע זייטן; כדי צו וויסן ווי אזוי צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, ווייל אמאל קען מען איינעם וויי טון אומווילנדיג.
רעדט פון דאס גרויסקייט פון צניעות, פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן, פון די ברכות וואס מען באקומט; אזוי וועלן דאס די תלמידות אננעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.