בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט קוקן אויף אנדערע, וועט נישט זיין קיין פינטל חלישות הדעת
חיזוק פאר פרויען, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די הודעה.


מזל טוב פאר אייער שמחה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח צו קענען מגדל זיין אייערע קינדער געזונטערהייט מיט גרויס שמחה.


אייער חלישות הדעת קומט פון דעם וואס איר קוקט אויף א צווייטן וכו'; וויפיל איך שרייב אייך און וויפיל איך רעדט צו אייך איר זאלט קוקן אויף אייער שיינע לעבן וואס איר האט – פאלט איר צוריק און איר קוקט אויף דעם און אויף יענעם, אויף אייערע געשוויסטער און אויף אנדערע, און דאס ווארפט אייך אזוי אראפ אין עצבות און חלישות הדעת.


הערט אויף קוקן אויף אנדערע, הויבט אן לעבן ווי דער תם וואס האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "וואס האט יענעמ'ס מעשה צו טון מיט מיר? וואס האט יענעמ'ס לעבן מיט מיר? דאס איז מיין מעשה און דאס איז זיין מעשה", און אזוי האט ער געלעבט א פרייליכערע לעבן ווי דער חכם. אמת, אז ביי פרויען איז דא מער די זאך פון קוקן אויף אנדערע, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אין אשה מתקנאה אלא בירך חבירתה", א פרוי ווערט צעשפילט דורך קוקן אויף אירע חבר'טעס; אבער דער רבי האט אונז געלערנט דער וועג פונעם תם, זוכן דאס גוטס ביי זיך, נישט קוקן אויף אנדערע, עס זאל נישט אינטערעסירן וואס טוט זיך ביי אנדערע, און אפילו ביי רוחניות, אז מען זעט אנדערע זענען מצליח, אנדערע מאכן אזוי, אנדערע טוען בעסער - זאל מען געדענקען 'דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה', דער רבי האט אונז געלערנט די זאך פון תפילה והתבודדות, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, נאך א ווארט זאגן דעם אייבערשטן, נאך א שכח געבן דעם אייבערשטן; דאס איז עבודת השם, נישט קוקן אויף אנדערע און זוכן יענעם נאכצומאכן.


אז איר וועט אויפהערן קוקן אויף אנדערע וועט איר מער נישט האבן קיין פינטל חלישות הדעת, און איר וועט זיין שטענדיג פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.