בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט קוקן אויף חלישות הדעת אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מיר פארן שוין צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן אפאר וויכטיגע זאכן פאר אומאן, ווי אזוי זיך צו פירן, איך וויל זייער דו זאלסט אויסניצן די צייט דארט און פועל'ן א שידוך און אלע ישועות.


זיי גרייט אז ביים ציון וועסטו ווערן געשטערט, און אפשר אויך באקומען חלישות הדעת פון וואס דארט טוט זיך, און פון אלע סארטן מענטשן וואס קומען דארט; וויסן זאלסטו, אזוי ווי ווען מען גייט אין א שפיטאל און עס ליגן דארט פיל מיט חולים אויף בעטן, דער מיט א צעקלאפטע פנים, דער מיט א צעריסענע באק, א דריטער אן א הענט, א פערטער אן פיס; וועט קיינער נישט טראכטן און זאגן: 'מיין פלאץ איז נישט דא, איך בין א נארמאלער מענטש'; יעדער פארשטייט אז דא קומען אלע סארט חולים, אלע קומען זיך היילן; אזוי זאלסטו קוקן אויפן ציון, דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר כלל ישראל, אויסצוהיילן נשמות ישראל, 'אחות קטנה, קל נא רפא נא למחלותיה', אידישע קינדער זענען נעבעך אזוי צעבראכן, און מען קומט צום רבי'ן ער זאל אויסהיילן; זאלסטו נישט קוקן – נישט רעכטס און נישט לינקס, דו קוק אריין אינעם תהלימ'ל, אינעם תיקון הכללי, אדער פארמאך דיינע אויגן און זיי זיך מתבודד, ווער נישט געשטערט פון קיינעם.


אויך זאלסטו נישט האבן חלישות הדעת פון דיר אליינס, ווען דו זעסט אז דו ביסט אזוי פארשטאפט און פארקלאפט, דו ביסט געקומען מיט א פלאן זיך צו קענען אויסוויינען און אויסרעדן דיין הארץ, און יעצט שטייסטו ביים ציון אזוי קאלט און אזוי פארלאשן, אן קיין דיבורים; ברודער, דאס זאל דיר אויך נישט אנגיין, זיי גרייט אז אזוי וועט זיין, און אזוי איז ביי אסאך מענטשן; ערשטנס פון טלטול הדרך ווערט מען אזוי, צווייטנס, מוהרא"ש זאגט, איידער מען מאכט אן אפעראציע שלעפט מען איין דעם מענטש ער זאל נישט שפירן די אפעראציע, און אזוי איז ביים רבי'ן, דער רבי טוט אונז אפערירן די הארץ, 'ומלתם את ערלת לבבכם', ער שטאפט אויף די אדערן, דאס איז וואס מען ווערט אין אומאן אזוי פארקלאפט.


וואויל איז דעם וואס איז זיך נישט מבלבל פון דעם, ער שטארקט זיך בתמימות ופשיטות, טון וואס דער רבי האט געזאגט, וועט ער זוכה זיין צו אלע תיקונים.