בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט קיין חילוק וואו מ'וואוינט, האלט זיך פרייליך
ענינים שונים

  בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן פאר אונזער דור; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער מיט אמונה, תורה ותפילה וכו'.


דער פלאץ וואו א מענטש וואוינט האט גארנישט מיט אים צו טון, דער אייבערשטער שיקט א מענטש דארט וואו ער דארף אנקומען, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לז, כג): "מֵה' מִצְעֲדֵי גֶבֶר כּוֹנָנוּ, וְדַרְכּוֹ יֶחְפָּץ". דער בעל שם הקדוש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א איד גייט נישט, א איד פירט מען"; דערפאר, אז דער אייבערשטער האט דיר געשיקט דארט וואוינען, דארפסטו זיך פרייען און דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען אהין מיט דיין ווייב און קינדער געזונטערהייט וכו'.


קוק וואסערע ניסים דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר; דו האסט באקומען א טייערע ווייב, דו האסט דריי לעכטיגע קינדער, און פרנסה האסטו אויך ברוך ה' (פון דיינע חובות וועסטו ארויס קריכן, זיי נישט פאר דאגה'ט).


איך האב דיר ליב, איך בענק נאך דיר; אפילו איך זע דיר נישט, איך שמועס נישט מיט דיר וכו' וכו', דאך ביסטו איינגעקריצט אין מיין מח און אין מיין הארץ.


איך בעט דיר, שטארק דיר און זיי זיך מחזק; טראכט יעדן טאג וואס נאך מיר קענען טון אריין צו ברענגען דעם אייבערשטן אין די גאנצע וועלט.


זיי מיר געזונט; זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב. געדענק אז פאר נישט צו לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין, ביסט געווען א בחור במקלו ובתרמילו, ועתה הרחיב ה' לך, האסט א ווייב מיט קינדער; מאך זיי פרייליך, טאנץ מיט זיי שבת ביי די סעודה.


א גוט שבת.


יואל בן ריצא רעכיל


נ.ב. איך ווארט אויף די נייע קאווער פאר די סידי "טאנץ מיט אמונה 2#"


אויך דארף מען זיך רוקן מיט די קונטרסים; מען דארף א קאלער פרינטער ווייל אלעס איז אפגעשטעלט. מען קען נישט דרוקן קיין ספרים ווייל די קאלער פרינטער ארבעט נישט און די מפיצים דארפן נאך קונטרסים.