בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד מיין טייערע הארציגע תלמיד ... נרו יאיר
איך בין דיר זייער מכיר טוב אויף דעם וואס דו העלפסט מיר אויפשטעלן אונזערע הייליגע "מוסדות היכל הקודש ברסלב", מיט דעם וואס דו ברענגסט די קינדער אין חדר און אין סקול, און דו טראגסט זיי אהיים יעדן טאג פון חדר און פון סקול; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אויבן אין הימל, דו נעמסט א חלק און די תורה ותפילה פון די צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא, אויך איז עס א מורא'דיגע זכיה צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, מפרסם צו זיין פאר די גאנצע וועלט זיינע עצות וכו'.
איך שרייב דיר אפאר נקודות אויף וואס דו זאלסט זייער אכטונג געבן ווען דו ברענגסט די קינדער און ווען די טראגסט זיי אהיים:
א - בשעת דו טראגסט די קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך צום חדר אדער אהיים פון חדר, זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט אנצינדן ניגונים פון נישט ערליכע זינגערס; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכע זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם. געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט זענען דא אסאך טעיפס פון ערליכע אידן ווי זיי זינגען חסידי'שע ווארימע ניגונים, דאס מעגסטו אנצינדן פאר די קינדער.
אויך איז דא היינט אסאך מעשה טעיפס פון ערליכע מגידים ווי זיי דערציילן די פרשה אדער מעשיות פון נ"ך, און פון חז"ל - דאס זאלסטו אנצינדן פאר די קינדער; קינדער זענען זייער ריין, און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.
ב - ווען דו טראגסט די קינדער, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך צום חדר, אדער אהיים פון חדר, זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט אריין נעמען מענטשן; ווען דו פארסט ליידיג איז זייער א גרויסע מצוה צו טון א חסד מיט נאך א איד, דעמאלט קענסטו געבן א היטש וכו', אבער בשעת דו טראגסט די הייליגע קינדער - תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, דעמאלט קענסטו קיינעם נישט אריין נעמען, יהי' מי שיהי'. ליידער דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס זוכן קינדער וכו', דערפאר דארפן מיר זייער אכטונג געבן, און ענדערש זיין מער פארזיכטיג און זיכער, ווי איידער מען זאל חס ושלום צוריק הערן שלעכטע מעשיות.
ג - פאר דו צינדסט אן די באס זאלסטו געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל גארנישט פאסירן קיין שלעכטס; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפן וועג זאל מען געבן צדקה, נאך זאגט דער רבי דארט (סימן ג): "בְּשָׁעָה שֶׁבַּעֲלֵי עֲגָלָה מַטְרִיחִין אֶת עַצְמָן בַּעֲגָלָה וּבְסוּסִים, תִּתְפַּלֵּל תְּפִילַּת הַדֶּרֶךְ", בשעת דער בעל עגלה (דער דרייווער) גרייט אן די וואגן און די פערד, זאל מען זאגן תפילת הדרך; מען דארף אייביג בעטן דעם אייבערשטן פאר מען פארט ארויס אונטערוועגנס, בפרט איינער וואס טראגט קינדער, דארף אסאך מער מתפלל זיין און אכטונג געבן אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.
ד - פאר דו גייסט ארויס פונעם באס, זאלסטו איבערקוקן דעם באס צי קיינער איז נישט געבליבן אויפן באס; דאס מוז מען טון יעדעס מאל מען גייט אראפ פונעם באס, אויב א דרייווער דרייט זיך ארויס פון דעם געזעץ, און ער קוקט נישט איבער דעם באס, קען ער חס ושלום צוקומען צו רציחה ממש ה' ירחם. מען טאר נישט זיין פויל, נאר מען דארף דאס טון מיטן פולסטן אחריות, אפילו מען איז זיכער אז די באס איז ליידיג; וויפיל מעשיות הערט מען נעבעך ווי קינדער זענען געשטארבן אין א באס ווען מען האט זיי פארגעסן דארט.
ה - איך בעט דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן אויפן באס כאילו עס איז דיין אייגענע קאר, און נאך מער ווי דיין אייגענע קאר; יעדעס מאל דו צינדסט אן דעס באס דארפסטו דאס לאזן אפאר מינוט זיך אנווארעמען, ווייל אויב מען ווארעמט נישט אן דעם באס פאר מען פארט ארויס - בפרט ווינטער ווען עס איז זייער קאלט, איז מען גורם אז דער באס זאל ווערן צעבראכן, און דער מוסד וועט דארף קויפן א נייעם באס. איך וועל טאקע קיינמאל נישט וויסן וועלכער דרייווער האט מיר שאדן געמאכט, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען אלעס, און עס לוינט זיך נישט צו בא'גנב'נען א מוסד בכלל, און בפרט אונזער מוסד, וואס אז דו מאכסט שאדן, מאכסטו שאדן פארן הייליגן רבי'ן.
ו - ווען דו טראגסט קינדער צום חדר אדער אהיים פון חדר, זאלסטו דרייווען זייער פארזיכטיג, דו זאלסט זיך קיינמאל נישט רייצן אויפן וועג מיט א צווייטע קאר, בפרט מיט א גוי. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס וואס עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן קנג, סעיף ב): "לֹא יִתְיַחֵד יִשְׂרָאֵל עִם עוֹבְדֵי כּוֹכָבִים, מִפְּנֵי שֶׁהֵם חֲשׁוּדִים עַל שְׁפִיכוּת דָּמִים", מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א גוי, ווייל א גוי איז חשוד אויף רציחה - דאס גייט ארויף ווען מען איז אונטערוועגנס, אז מען זאל זיך נישט רייצן מיט א גוי. דעם זומער איז נעבעך געווען א שרעקליכע מעשה, א איד האט זיך צעאמפערט מיט א גוי וועגן א נישטיגע פארקינג, און דער גוי האט ארויס גענומען א מעסער און דערשטאכן דעם איד אין הארצן, און דער איד איז אוועק אויפן פלאץ ה' ירחם; דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד, דו זאלסט קיינמאל נישט רעיסן מיט א צווייטן - נישט מיט א איד, און זיכער נישט מיט א גוי, און בפרט ווען דו טראגסט קינדער, דעמאלט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג.
ז - אויב עס מאכט זיך אז א קינד פאלגט נישט, בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט דאס איבער געבן פארן מנהל ר' מרדכי נרו יאיר, און אויב עס איז א מיידל, זאלסטו רעדן צו די מנהלת מרת לעזער תחי'. דו זאלסט חס ושלום נישט שלאגן, און אויך נישט וואס איז ארום שלאגן וכו'; א קלוגער דרייווער האלט ביי זיך אייביג אפאר קענדיס (צוקערלעך) און אזוי איז ער משחד די קינדער. אויב די קינדער שפרינגען ארום, זאלסטו זיין זייער שטרענג, ווייל עס איז סכנת נפשות, אבער חס ושלום אנכאפן א קינד ווען מען איז בכעס.
ח - איך בעט דיר זייער אז דו זאלסט זיין צייטליך אין חדר; אלעס ווענדט זיך אין די דרייווערס, אויב א דרייווער פארשלאפט אדער ער איז פארשלעפט, איז עס ביטול תורה דרבים, ווייל דער מלמד קען נישט אנהייבן לערנען און דאווענען ביז ווי לאנג אלע קינדער זענען אין קלאס, און דער גאנצער מוסד ווערט צעפארן אויב מען איז נישט צייטליך. דערפאר זאלסטו זיך אנשטרענגן צו זיין צייטליך, און דו זאלסט נישט ווארטן ביי קיין איין הויז - אפילו נישט קיין סקונדע, די עלטערן דארפן זיין אחריות'דיג צו ווארטן אין צייט, און זיי דארפן פארשטיין אז אסאך מאל פארשלעפט זיך עס צוליב טרעפיק וכו', אבער מען קען נישט אויפהאלטן די גאנצע תלמוד תורה צוליב איין קינד. אסאך מאל קען מען טראכטן: 'אויב איך פאר אוועק, האב איך נישט קיין רחמנות וכו'', עס איז אבער נישט אזוי, דו האב רחמנות אויף אלע אנדערע קינדער, און אויפן מוסד - אז אלעס זאל גיין מיט א פונקטליכער זמן, אזוי וועט מען מצליח זיין מיט אלע קינדער.
ט - ווען דו דרייווסט אונזער באס - נישט קיין חילוק מיט קינדער אדער אן קינדער, זאלסטו וויסן אז טויזענט אויגן קוקן אויף דער ברסלב'ער באס, יעדער זוכט צו זען עפעס ... אויף ברסלב; דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן צו מאכן א קידוש השם, צו הייליגן דעם רבינ'ס נאמען. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויף אים; ווייל ער טראגט דעם נאמען פונעם צדיק, און נאכדעם איז ער גורם אז מענטשן וועלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק. דערפאר זאלסטו קיינמאל נישט ארויס ווארפן קיין שמוץ פארענדיג מיטן באס; בכלל איז עס נישט קיין שיינע זאך צו זען ווי מענטשן פירן זיך אויף, זיי ווארפט ארויס זאכן פון די קאר וכו', א איד דארף אייביג לעבן מיטן ערשטן סעיף אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד (תהלים טז, ח) הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹהִים, כִּי אֵין יְשִׁיבַת הָאָדָם וּתְנוּעָתוֹ וַעֲסָקָיו וְהוּא לְבַדּוֹ בְּבֵיתוֹ, כְּמוֹ יְשִׁיבָתוֹ וּתְנוּעָתוֹ וַעֲסָקָיו כַּאֲשֶׁר הוּא לִפְנֵי מֶלֶךְ גָּדוֹל, וְכֵן אֵין דִּבּוּרוֹ וְהַרְחָבַת פִּיו בִּהְיוֹתוֹ עִם אַנְשֵׁי בֵיתוֹ וּקְרוֹבָיו, כְּמוֹ בִּהְיוֹתוֹ בְּמוֹשַׁב הַמֶּלֶךְ, כִּי אָז מַשְׁגִּיחַ בְּוַדַּאי עַל כָּל תְּנוּעוֹתָיו וְדִבּוּרָיו, שֶׁיִּהְיוּ מְתֻקָּנִים כָּרָאוּי. כָּל שֶׁכֵּן כַּאֲשֶׁר יָשִׂים הָאָדָם אֶל לִבּוֹ, כִּי הַמֶּלֶךְ הַגָּדוֹל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אֲשֶׁר מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, עוֹמֵד עָלָיו וְרוֹאֶה בְּמַעֲשָׂיו, כְּמוֹ שֶׁנֶּאֱמַר: "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ נְאֻם יְיָ; הֲלֹא אֵת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא (ירמיה כג, כד), בְּוַדַּאי מִיָּד תַּגִּיעַ אֵלָיו הַיִּרְאָה וְהַהַכְנָעָה מִפַּחַד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְיֵבוֹשׁ מִמֶּנּוּ"; א מענטש דארף אייביג לעבן מיט יראת שמים, און מען דארף טראכטן אז דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס וואס איך טו, דעמאלט וועט מען זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און מיט הכנעה.
דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵי אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט טרעפן דיין ריכטיגע שידוך בקרוב; זיי נישט צעבראכן, קוק צוריק ווי די אלע בחורים פון ישיבה וואס האבן געהאלפן אויפשטעלן די תלמוד תורה און מיידל שולע, אלע האבן שיין חתונה געהאט און האבן א שיינע לעבן קיין עין הרע, בזכות וואס זיי האבן געהאלפן אויפבויען דעם מוסד.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.