בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי', בית שמש
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
לדעתי זאלט איר מער נישט שיקן אייער קינד צו לערנען פריוואט ביי יענעם; א מלמד וואס שרייט אויף א יונג קינד פון כיתה ב' וואס דארף צולערנען עברי: "גיי אהיים, און קום צוריק מיט דיין מאמע לערנען" - איז נישט כדאי צו שיקן צו אים; ענדערש זאל מען אים לאזן אין שטוב, אים אויפבויען, ווי שיקן צו א נערוועזער מלמד.
עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.