בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע חברי הנהלה פון הדפסה, קרית ברסלב ליבערטי
דער אינגערמאן וואס פלעגט מתרגם זיין די חיזוק יומי אויף לשון הקודש האט אויפגעהערט דאס צו מאכן, ער איז איבערגעשטרענגט צו ברענגען פרנסה פאר זיין שטוב, ער איז נאר גרייט ממשיך צו זיין אויב ער ווערט באצאלט.
איך וויל וויסן אויב די בית הדפוס וויל דאס נעמען אויף זיך און באצאלן, לדעתי איז נישטא כהיום א גרעסערע הפצה ווי די חיזוק יומי מתורגם אויף לשון הקודש; וויפיל ספרים איר וועט נאר דרוקן, וויפיל ספרים די בית הדפוס האט שוין געדרוקט און וויפיל ספרים די מפיצים זאלן פארפלייצן - קומט דאס נישט אן צו וואס די חיזוק יומי טוט אין איין טאג. דער אינגערמאן שמואליק וואס שיקט דאס ארויס (ער בעט נישט קיין געלט) זאגט מיר, ער שיקט דאס טעגליך פאר קרוב צו צוואנציג טויזנט מענטשן, און נאכדעם קען מען שוין נישט נאכגיין צו וויסן וויפיל פון די צוואנציג טויזנט מענטשן שיקן דאס ווייטער אויף זייערע גרופס, איז דאך ממש א שאד אז דאס האט זיך אפגעשטעלט.
לאזט מיר וויסן ענקער החלטה, ווייל אויב איר ווילט נישט דאס איבערנעמען וועל איך דארפן עפענען א פרישע פושקע ביי אונז אין מוסד.