בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעם א גמרא, וועט דיר ליכטיג ווערן
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, סטעטן איילענד


זע עס זאל דיר נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם דף גמרא, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען דעם דף גמרא.


מוהרא"ש דערציילט נאך פונעם צדיק, הרב הקדוש רבי שלמה פון זעוויל זכותו יגן עלינו, אז אויב מען לערנט נישט א דף גמרא, האט מען א פנים פון א חי' אדער א בהמה... און אז מען לערנט גמרא האט מען א פנים פון א מענטש; אז מען לערנט גמרא ווערט מען אויס טויט, מען ווערט לעבעדיג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם', אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", מוהרא"ש זאגט א וואונדערליכע פשט, ווען איינער קאמפלעינט (רעדט זיך אפ), 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי', איך זיץ אין די פינצטערניש, 'כְּמֵתֵי עוֹלָם', איך בין אזוי ווי א טויטער פון צרות, מרירות, השלכות ונפילות, זאגט מען אים, האסט אן עצה ארויסצוגיין דערפון, עס איז דא אן עצה צו ווערן אויס טויט, 'זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל', נעם א גמרא, הייב אן לערנען אפילו בלי הבנה, וועט דיר ליכטיג ווערן, וועסט ווערן לעבעדיג.


אז דו וועסט מקפיד זיין צו לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא וועסטו זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות וואס בוזשעווען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:), תורה איז די עצה צו באזיגן דעם יצר הרע, מיט לערנען תורה קען מען זיך ראטעווען פונעם יצר הרע.