בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו אויף יום טוב
צדקה, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


גיי נאך געלט, נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט אויף יום טוב.


איך בין אלע מיינע יארן פון אלס יונגער בחור, פון מיין בר מצוה - אלץ געגאנגען נאך געלט, ביז איך האב געעפנט די ישיבה, דעמאלט האב איך מער נישט געקענט גיין צווישן מענטשן, איך האב געדארפט זיין באהאלטן צוליב די מחלוקות, אבער אזוי פלעג איך אלץ גיין נאך געלט; אזוי האט מיר זיידי זכרונו לברכה מחנך געווען, ער האט מיר געמוטשעט כסדר איך זאל גיין נאך געלט.


אז מען גייט נאך געלט איז מען זיך מתקן מיט די גרעסטע תיקונים, בפרט ווען מען ווערט מבוזה, מען כאפט א בזיון; דאס איז א גרויסע זאך פאר תיקון הנפש.


די צוויי טויזנט דאלער וואס דו האסט צאמגעשטעלט איז אויסגעגאנגען אין מינוטן, משפחות האבן זיך מחי' געווען. איך דארף נאך געלט, יעצט פאר יום טוב דארף איך העלפן אנשי שלומינו וואס האבן נישט ווי אזוי אריינצוברענגען דעם יום טוב.


בזכות מצוות צדקה זאלסטו זוכה זיין צו א זיס לעבן.