בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בנוגע די חלום וכו', ווי דער בחור וואס איז נפטר געווארן איז געקומען צו זיין מאמע אין חלום און געוויינט "מאמע איך בין הונגעריג", און די מאמע קען נישט קומען צו זיך פון די חלום, ווי איר בחור וויינט און בעט זיך פון הונגער, איר פרעגט וואס איז פשט פון דעם, און אויב דאס איז אמת.
אודאי איז דאס אמת, אז מען גייט אוועק פון די וועלט אן לערנען תורה, אן דאווענען, אן מצוות - שרייט מען אויבן אין הימל אז מען איז הונגעריג און דורשטיג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "בָּעוֹלָם הַבָּא מֻנָּחִין כַּמָּה בְּנֵי אָדָם בַּחוּץ וְהֵם צוֹעֲקִים בְּקוֹל מַר", אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול "תְּנוּ לָנוּ מַה לֶּאֱכֹל", געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, און מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, און די נשמות שרייען "ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען"; נאכדעם זענען דא נשמות וואס שרייען און וויינען ברענגט אונז קליידער מיר דארפן זיך צודעקן, און מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, און זיי זאגן "ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר, מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.