בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - צניעות פון די קינדער איז א טובה פאר די נשמה פון עלטערן
צניעות, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלעס וואס קינדער און אייניקלעך טוען - איז א זכות פאר די נשמות פון די עלטערן און פאר אלע זיידעס און באבעס; אפילו מען זאגט נישט ארויס ספעציעל אז מען טוט דאס לטובת די נשמה - גייען די גוטע מעשים סיי ווי פאר זייערע נשמות.


די גרעסטע טובה פאר די נשמה פון אייערע זיידעס און באבעס איז - אז איר וועט זיך פירן מיט צניעות, זיך אנטון איידל אזוי ווי אייער מאמע, און זיך אויפפירן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - אן עצה אויף אלע עצות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, לימוד התורה, נשמה, דאווענען, קשיות, מנין, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין. שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט מעשה ניסים, די פערטע מעשה אין ספורי מעשיות, ווי דער באהאלטענער איד האט געבעטן דעם קעניג זאל אים צוזאגן אז ער וועט קענען זיין א איד, קענען לייגן טלית ותפילין בפרהסיא, אז דאס דארף זיין די בענקעניש פון יעדן איד, זוכה זיין צו קענען גיין אין שול דריי מאל א טאג אנטון טלית ותפילין, דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און בעטן דעם אייבערשטן פאר דעם.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן דעם רבינ'ס עצות, ווייל אלע עצות וואס מען וועט נאר האבן דארף מען דאך אן עצה פאר די עצה; אז מען הערט א שיעור פון דאס וויכטיגקייט פון גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין, דאס מיינט נישט אז מען הויבט אן דאווענען מיט מנין, אבער ביים רבי'ן האסטו גלייך די עצה; דער רבי זאגט, אז דו הערסט א שיעור, מען זאגט דיר וואס מען דארף טון און דו ביסט נאך ווייט פון דעם - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בעט: "הייליגער באשעפער איך וויל זוכה זיין צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין מיט א סידור, הייליגער באשעפער איך וויל ליב האבן צו דאווענען, איך וויל דיך שפירן ווי דו ביסט נעבן מיר, אזוי וועל איך קענען דאווענען ווי מען דארף".


אזוי איז מיט יעדע זאך, מיט יעדע עצה; אז מען לערנט ספרי מוסר, מען זעט ווי אזוי מען דארף זיך ווען אויפפירן און מען זעט זיך אזוי ווייט, מען ווערט פון דעם צעבראכן, אבער אז מען האט די הקדמה פון רבי'ן מאכט מען אויף דעם אליין תפילות, מען בעט: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי ווייט פון אלעס וואס שטייט אין די הייליגע ספרים, וואס וועט זיין מיט מיר..."


אויך האבן מיר גערעדט פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זכותו יגן עלינו, אז מען קען אויך דא פועל'ן ישועות בזכות דעם צדיק דורך טון א גוטע זאך פאר די נשמה פונעם צדיק. וועט איינער פרעגן, ווי איז שייך א פשוט'ער מענטש זאל א טובה טון פאר א צדיק, דער צדיק איז דאך זייער הויך אין גן עדן? אבער עס איז דא זאכן וואס דער צדיק קען נישט טון, וואס א פשוט'ער מענטש קען טון, אז מען טוט א גוטע זאך בזה העולם לזכות די נשמה פון א צדיק - מאכט מען א גרויסע נחת פארן צדיק'ס נשמה און דער צדיק צאלט צוריק פארן מענטש גוטע זאכן; אז מען לערנט א פרק משניות לזכות א נשמה, אדער מען געבט צדקה לזכות א נשמה, אדער מען טובל'ט זיך א טבילה לזכות דעם צדיק, מען צינדט א ליכט - דאס מאכט א נחת פאר די נשמה און מען באקומט ישועות.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, דאס גרויסקייט פון זאגן יעדן אינדערפרי די פרשה פון די עקידה, דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות.


פרייטאג צו נאכטס איז נישט געווען קיין באטע, זומער איז נישטא קיין באטע; דער זמן איז שפעט, מען ענדיגט די סעודה שפעט - מאך איך נישט קיין באטע.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסה, דער רבי זאגט: "תְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיךָ", מען דארף אננעמען אלע שלעכטס און יסורים, "כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיךָ אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְךָ, עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּךָ בְּרַחֲמִים, כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיךָ", ווייל לויט דיינע מעשים פירט זיך דער אייבערשטער צו דיר מיט גרויס רחמנות, עס וואלט דיר געקומען אסאך מער שלעכטס חס ושלום, דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (ויקרא יט, יח): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ", זאלסט ליב האבן די שלעכטס, "כָּמוֹךָ"; ווייל אזוי ווי דו ביסט - "אֲנִי ה'", פיר איך זיך מיט גרויס חסדים.


מיר האבן זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן נישט צו האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נישט צו פרעגן קיין קשיות נאר גלייבן אז אלעס האט א חשבון, מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן נאר אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז אויסגערעכנט גוט, און דאס אז מען פארשטייט נישט - דאס איז די שיינקייט פון אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט - וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד, אבער - האט דער רבי אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה".


עס איז א מחי' צו זיין א שבת מיט אנשי שלומינו, מען ווערט גוט אנגעזאפט מיט גוטע חיזוק פאר נאך א וואך זיך צו קענען דערהאלטן צו קענען אנגיין, נישט ווערן צעפאלן פון וואס עס גייט אריבער.


ברודער נעם א משניות און זאג א פרק משניות, נעם א גמרא זאג א בלאט גמרא, די תורה וועט דיך היילן פיזיש און גייסטיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - געענדיגט ש"ס אין יארצייט פון דיין טאטע
הפצה, לימוד התורה, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר קרית יואל, מאנרא


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי, האסט עס געענדיגט אין די יארצייט פון דיין טאטע עילוי השלום. אוי ווי אלע נשמות זענען מקנא אויבן אין הימל דיין טאטע אז ער האט א זון וואס לערנט די הייליגע תורה; אויבן אין הימל קוקט מען אויף ברסלב אנדערש ווי דא, אויבן איז ברסלב הייליג, אויבן איז אמת, אויבן איז א משנה טייערער פון געלט און גאלד, אויבן איז חשוב ווען מען זאגט משניות און גמרא.


זיי ממשיך, און הלואי וואלסטו געגענגען הפצה, פארשפרייטן פאר נאך אידן די ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, דאס איז די גרעסטע זאך אויבן אין הימל, דאס איז די גרעסטע עליה פאר די נשמה פון עלטערן, ווייל מה דאך ווען א קינד זאגט קדיש האט די נשמה אן עליה, און וואס איז דאס גרויסקייט פון קדיש? אז מען שרייט אויס הויך: "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל גרויס ווערן, איז דאך כל שכן ווען מען געבט ספרים פאר אידישע קינדער, וואס שטייט אין די ספרים? "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", אמונה און נאר אמונה און נאכאמאל אמונה, איז דאס די גרעסטע תיקון פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי צו די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע
סיפורי צדיקים, גמרא, סיום הש"ס, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען אין די יאר צו לערנען גאנץ ש"ס; האסט אנגעהויבן פאראיאר ביי די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום און דו גייסט מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי כ"ב לחודש אב, לכבוד די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע.


וואס זאל איך דיר זאגן, די שענסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין אייגענע נשמה און פאר די נשמה פון די עלטערן - איז לערנען תורה; עס ווערט א שמחה אין אלע עולמות, די נשמה גייט ארויף אין גן עדן העכער און העכער, די נשמה קומט צו איר אייביגע רי.


לערנען גמרא איז אזוי הייליג און אזוי הויך. הער א מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט אז זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותות יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול.


איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע. אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן. מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד.


נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו אב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


הויב אן נאכאמאל ש"ס לעלוי נשמת דיין מאמע, לערן יעדן טאג זיבן בלעטער; דאס וועט דיך מטהר זיין און מזכך זיין, און אויך וועט דאס זיין א טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין עבודות הקודש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#10 - איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער
משניות, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס פון דיין טאטנ'ס פטירה, איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער פון דערווייטנס אבער אין הארץ זענען מיר זייער נאנט. המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג משניות פאר דיין טאטעס נשמה. דאס איז די גרעסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין טאטעס נשמה, מזכה זיין מיט לימוד משניות.

#9 - גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, משפחה, נחת, נשמה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין, אייער מאמע האט פון אייך נאר נחת; זי קוקט פון הימל און זעט ווי שיין איר פירט זיך, זי פריידט זיך מיט אייער צניעות.


פירט זיך ווייטער איידל, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדע מאנספערזאן און זיכער נישט מיט שוואגערס; גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איר זאלט ווייטער מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, צניעות, תהלים, נשמה, שולד געפילן, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


איך האב געהערט די שרעקליכע נייעס אז אייער מאמע איז ליידער נפטר געווארן אין אייער לעצטע טאג פון די שבע ברכות. זאלט איר אבער וויסן אז אייער מאמע האט געהאט פון אייך גרויס נחת, זי האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטן פון די נחת וואס איר האט איר געברענגט יעצט ביי די חתונה. זי איז געווען אזוי פרייליך ביי די חתונה, זי האט אלעמען אזוי שיין באדאנקט, זאלט איר נישט האבן חס ושלום קיין שולד געפיל.


איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס אלע שולד געפילן, יעצט זאלט איר זי מאכן ווייטער א נחת רוח פאר איר נשמה. זי זיצט יעצט אין גן עדן און קוקט אויף אייך, צו זען ווי שיין איר פירט זיך. זי שעפט נחת פון אייער צניעות, פון אייער ערליכקייט, זי האלט אלעס ווייטער מיט פון די משפחה. ביי ערליכע אידן איז נישטא די זאך פון שטארבן; די נשמה לעבט, די נשמה זעט, די נשמה קוועלט פון נחת ווי די קינדער פירן זיך בדרך התורה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, וועט דאס זיין לעילוי נשמתה, און שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה, אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.

#7 - די ספר תורה איז זיכער א טובה פאר די נשמה פון אייער זון
הכרת הטוב, נשמה, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מוה"ר ... הי"ו


א גרויסן יישר כח פאר'ן בארגן אייער ספר תורה פאר יום טוב פאר אונזער שול היכל הקודש אין בארא פארק.


עס איז זיכער א טובה פאר די נשמה פון אייער זון שמעון עליו השלום; ער האט זוכה געווען צו לערנען ביי אונז אין ישיבה אזויפיל מאל משניות, גמרא און אלע אנדערע ספרים, און יעצט אז מען ליינט אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן לעילו נשמתו איז דאס זיכער א טובה פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס.

#6 - ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, שטארק דיך מיט אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, לימוד התורה, תכלית, נשמה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, דו ביסט אזוי צעשוידערט, דו קענסט זיך נישט צאמנעמען - זאלסטו חס ושלום נישט פארלירן דיין אמונה.


פרעג נישט קיין קשיות; א איד פרעגט נישט קיין קשיות. מוהרא"ש זאגט, גוים פרעגן אלץ קשיות, אזוי ווי עס שטייט (תהלים עט, י): "לָמָּה" - פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגן גוים; א איד שטארקט זיך באמונה אינעם אייבערשטן.


גרייט זיך אן מיט תורה ותפילה, נאר דאס נעמט מען מיט. קוק מיט דיינע אויגן, וואס האט דיין חבר יעצט? וואס האט ער מיט גענומען מיט זיך? נאר מצוות און גוטע מעשים; זיין תפילין, זיין ציצית, זיין שמירת שבת און חסד.


... בלייב פרייליך און לערן דיינע שיעורים; לערן ח"י פרקים משניות. אויב דו ווילסט עפעס טון גוטס פאר דיין חבר'ס נשמה - זיי מזכיר זיין נאמען ביים לערנען משניות, דאס איז די גרעסטע זאך פאר א נשמה, "משנה" איז די אותיות "נשמה".


דיין ראש ישיבה.

#5 - וואס צו טון פאר די טובה פון א נשמה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, תעניתים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט זיך אוועקגעגעבן איר לעבן פאר תורה, זי האט געקאכט פאר די בחורים אין ישיבה, זי איז געווען איבערגעגעבן פאר די ישיבה בלב ונפש, זי איז יעצט אויבן אין גן עדן אין א גוטע פלאץ.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך הער אז דו פאסט תעניתים און דו טוסט כל מיני זאכן פאר איר נשמה; טו נישט די זאכן, דו ווייסט אז דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן פאסטן. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "דער וואס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן? און דער וואס ווייסט נישט פון מיר - וואס וועט אים שוין העלפן די פאסטן?" אז מען ווייסט פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע עצות - קען מען עסן, און שלאפן, און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


צדקה איז א גרויסע זאך פאר א נשמה און לערנען תורה איז א גוטע זאך פאר א נשמה, אבער די תעניתים - דאס זאלסטו אפלאזן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; זיי זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים אין דיין שפראך, דערצייל אים אלעס וואס ליגט אויף דיין הארץ, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר, איך זאל שטענדיג נאר טראכטן פון דיר"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע זאך, די גרעסטע עבודה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#4 - דיין טאטע אין הימל קען מען פון דיר נישט צונעמען
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, משניות, סיפורי צדיקים, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר טרייסטן, יעצט הער איך די שווערע נייעס אז דיין טאטע איז נפטר געווארן; עס איז זייער שווער זיך צו טרייסטן ווען מען פארלירט א טאטע, עס איז זייער שווער; אבער דאך ביסטו געבליבן מיט'ן טאטן פון הימל. אונזער טאטע, דער אייבערשטער - אים פארלירט מען נישט, אים קען מען נישט צונעמען; אלעס קען מען צונעמען פונעם מענטש, אלעס קען מען פארלירן - אבער דער אייבערשטער בלייבט, דער אייבערשטער קען מען נישט צונעמען.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א יונג קינד פון פינף יאר ווען ער האט פארלוירן זיין טאטע. ווען דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן איז זיין מאמע שרה גלייך נפטר געווארן, זי איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, זי איז גלייך אוועק. שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן; ווי אזוי האט זיך דער קליינער ישראליק דערהאלטן? ווי אזוי איז מעגליך אז א קינד פון פינף יאר זאל זיין איינער אליין, אן עלטערן, אן משפחה? הער ווי אזוי ער האט זיך דערהאלטן איינער אליין.


איידער ער איז נפטר געווארן האט אים זיין טאטע גערופן און געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן; דאס האט אים געטראגן ווייטער זיין גאנץ לעבן, אזוי האט ער געטון און ער איז געווארן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער ..., דערהאלט זיך, שטארק זיך. אויך זאלסטו שטארקן דיין מאמע און דיינע געשוויסטער. זיי דו א העלד, געב זיי אלע חיזוק, רעד צו זיי דיבורי אמונה; פאר די קליינע געשוויסטער זאלסטו זאגן: "טאטע איז יעצט שוין נישט אין קיין צער, טאטע איז יעצט אין גן עדן, טאטע מוטשעט זיך שוין נישט", און העלף דיין מאמע.


באפלייסיג זיך אין משניות; לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועסטו ענדיגן יעדע חודש משניות פאר דיין טאטנ'ס נשמה.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט און בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל דיר געבן כח צו זיין שטארק אין אמונה, מיט דעם וועסטו ארויפטראגן דיין טאטנ'ס נשמה העכער און העכער.


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף ברסלב'ער חסידים, אויבן אין הימל זענען אלע נשמות מקנא די נשמה וואס האט קינדער ברסלב'ער חסידים. עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבילי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#3 - די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים, איז חזר'ן אמונה
פחדים, צדקה, תהלים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען חזר'ט זיך די פשוט'ע אמונה אלץ מער גייען ארויס די פחדים.


חזר'ט אייך די פשוט'ע אמונה; זאגט פאר זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער; דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ער היט מיר, ער איז מיט מיר"; דאס וועט ארויסנעמען פון אייך אייערע פחדים.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג; דאס וועט זיין א טובה פאר אייער טאטע'ס נשמה. אויך זאלט איר געבן יעדן טאג אפאר פרוטות פאר צדקה לטובת נשמתו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - שטארק דיך צו דאווענען אין בית המדרש "היכל הקודש"
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, נשמה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט נישט דאווענען אין היכל הקודש יעצט ווען דו ביסט מעלה די נשמה פון דיין טאטע'ן, מיט יעדע קדיש גייט ארויף די נשמה העכער און העכער; איז דאך זיכער אז ווען מען זאגט קדיש אין א ברסלב'ע שטיבל איז דאך דאס אין לשער.


טייערער ברודער איך זע קלאר ווי דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט היכל הקודש, ער לאקערט מיט ציין און נעגל אויף יעדן איינציגסטן תלמיד אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


שטארק זיך, זיי זיך מתגבר אויף אלע מניעות און בלבולים און קום דאווענען מיט אנשי שלומינו; ווי נישט, אז מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו באקומט מען חיזוק אויף תפלה והתבודדות, מען באקומט חיזוק אויף אמונה.


עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.

#1 - וואס צו טון פאר'ן טאטע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הַמָּקוֹם יְנַחֵם אוֹתָךְ בְּתוֹךְ שְׁאָר אֲבֵלֵי צִיּוֹן וִירוּשָׁלָיִם, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איר פרעגט וואס איר זאלט טון פאר אייער טאטע'ס נשמה, איר זענט זייער באזארגט וואס עס טוט זיך מיט זיין נשמה; ווען רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ער זאל טון פאר זיין מאמע'ס נשמה אז זי זאל האבן עליה, האט אים דער רבי געזאגט: "זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה"; זעט מען פון דעם אז אויבן אין הימל איז זייער חשוב און זייער הייליג יעדע ברכה וואס מען מאכט מיט כוונה, יעדע מצוה איז זייער חשוב, בפרט א אידישע פרוי וואס איר גאנצע לעבן באשעפטיגט זי זיך נאר מיט מצוות, טאג און נאכט איז זי פארנומען מיט די קינדער, זיי אויפציען צו זיין ערליכע אידן - דאס איז די גרעסטע זאך פאר די נשמה פון די עלטערן.


יעדע גוטע זאך וואס קינדער טוען האבן די עלטערן'ס נשמה אן עליה פון דעם; דעריבער זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט אייער עבודת השם, איר זאלט אויפברענגען אייערע קינדער מיט ליבשאפט און ווארעמקייט צום אייבערשטן און צו די תורה, וועט אייער טאטע רוען אין גן עדן.