בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'איז נישט געזונט צו זארגן צופיל פאר די מאן'ס רוחניות
חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט זארגן פאר אייער מאן'ס גשמיות, עס זאל אים זיין גוט אין שטוב, עס זאל זיין גוטע עסן, קליידער און א פרייליכע ווייב - דעמאלט וועט זיין רוחניות זיין גוט.


די אלע פרויען וואס זארגן טאג און נאכט פאר די מאן'ס שמירת עיניים וכדומה - דאס איז נישט גוט און נישט געזונט, מען קען נישט לעבן אזוי.


איך בין געווען די וואך באזוכן אין תפיסה, די אינגעלייט אין שטעטל גייען אין תפיסות באזוכן אידישע קינדער, איך האב געוואלט זוכה זיין צו טון די חסד. זאגט מיר א איד וואס זיצט שוין אסאך יארן אין תפיסה אז יעצט איז זיי דארט שווער, ווייל זיי האבן באקומען א נייעם רב אין תפיסה, וואס זארגט פאר די ארעסטאנטנ'ס רוחניות, ער זארגט זיי זאלן לערנען חסידות וכדומה. די ארעסטאנטן בעטן זיך 'ברענג אונז עסן, ברענג אונז טרינקען'; זאגט ער: "מיין פליכט איז ענק מזכה זיין מיט לערנען חסידות".


די ארעסטאנטן זאגן, קודם איז געווען א רב וואס האט סאטמערע בלוט, ער האט נאר געזארגט פאר זייער גשמיות, ער האט זיי מחי' געווען, ער האט זיי שטענדיג אריינגעברענגט גוטע עסן און געזארגט פאר זייער גשמיות; דאס איז די ריכטיגע וועג אין לעבן, זארגן פאר יענעמ'ס גשמיות און פאר די אייגענע רוחניות.


זארגט פאר איין זאך פאר אייער מאן, עס זאל אים זיין גוט אין שטוב, עס זאל אים זיין באקוועם אין שטוב; דאס איז די ריכטיגע וועג, זארגן פאר די אייגענע רוחניות און פארן מאן'ס גשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.