בעזרת ה' יתברך
יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק
מרת ... תחי'.
א גרויסן דאנק פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלט איר זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע ענינים.
אייער מאן האט מיר געפרעגט אין אייער נאמען צי מען מעג שמירן "נעיל פאליש", איר ווילט וויסן צי אויף די נעגל פון די פוס מעג מען יא.
אז איר פרעגט מיר וועט איר אוודאי טון וואס איך וועל אייך ענטפערן, ווייל אויב איר ווילט נישט טון וואס איך וועל זאגן וואלט איר דאך נישט געשיקט אייער מאן דאס פרעגן. וועל איך אייך ענטפערן אז עס איז נישט כדאי, ענדערש זאלט איר זיך צוריק האלטן דערפון.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אן א שיעור מאל פאר אלע פרויען פון אנשי שלומינו אז מען זאל נישט לייגן "נעיל פאליש" מכמה טעמים.
אין זכות פון פאלגן וואס צדיקים זאגן וועט איר זוכה זיין צו ערליכע קינדער, און בזכות וואס איר פרובירט דאס מערסטע אכטונג צו געבן אויף צניעות זאלט איר זוכה זיין צו די ברכה פון הייליגן רבי'ן – צו בנים הגונים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".
א גריס פון אייער טייערער מאן ... נרו יאיר, ער איז זייער באליבט ביי מיר.