בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיין ליבער ברודער, מיין טייערער חבר, די לעבן איז אנגעפילט מיט נסיונות, ביטערנישן און צרות, ווארט נישט אז איינער זאל דיך קומען מחזק זיין אדער זיך מרחם זיין אויף דיר וכו' וכו', ווייל אויב דו וועסט נישט רחמנות האבן אויף דיר - וועט דיר זיין נאך מער ביטער, דו דארפסט זוכן אין דיין צרה עפעס גוטע זאכן, זוך אויף הרחבה אין אלע דיינע איבערגייענישן, ווארט נישט אויף אנדערע; וועסטו אליין רחמנות האבן אויף דיר וועט דיר ווערן ליכטיג, און אז נישט - וויל איך נישט זאגן און נישט טראכטן.
דער רבי איז מגלה א סוד ווי אזוי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי". דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.
רעד נישט אויף דער וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, פאר דיין שידוך, פאר דיין לעבן, פאר דיין אידישקייט, פאר דיין אלעס, זיי נישט קיין כפוי טובה; און אז איינער קומט צו דיר מיט לשון הרע - זאלסטו זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן דו זאלסט נישט רעדן אויף איינער וואס האט דיר געהאלפן בעת צרה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.