בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ס'לוינט זיך נישט זאלסט צעברעכן דיין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר; איך בין געווען א מלמד אין ... פאר יארן צוריק. איך בין נישט געווען דיין מלמד אבער איך געדענק דיר פון דארט. איך האב א ישיבה אין אמעריקא "תפארת התורה ברסלב".


דיין ... לערנט ביי מיר, אויך קען איך דיין ... נרו יאיר וואס איז א תלמיד היכל הקודש און ער וכו', איך בין א נאנטער חבר מיט אים.


דיין ... נרו יאיר האט מיר געבעטן אויב איך קען אים העלפן. ער איז זייער צעבראכן פון די גאנצע פרשה וואס גייט אריבער צווישן דיר און דיין ווייב; סיי ער און סיי זיין ..., און אזוי אויך דיין טייערע ווייב ... תחי', אלע בענקען זיך זייער נאך דיר; זיי רעדן זייער שיין פון דיר, זיי ווילן און האפן אז דו וועסט איין טאג צוריקקומען צו זיי.


דיינע טייערע קינדערלעך ... תחי' און ... תחי' דארפן א טאטע; זיי האבן דיר שוין נישט געזען פון ראש השנה, זיי בענקען זיך נאך דיר.


טייערער ... נרו יאיר, דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל האלטן חשוב א ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גיין אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


איך בעט דיר טייערער ... ני"ו, איך בין גרייט אלעס צו טון אז דו זאלסט צוריק גיין צו דיין ווייב; לאז דיר נישט איינרעדן פון קיינעם אז עס וועט דיר זיין בעסער ווען דו וועסט זיך חס ושלום גט'ן. דער אייבערשטער האט געהייסן אויסמעקן זיין נאמען אבי עס זאל זיין שלום בית, איז דאך זיכער אז מען דארף אלעס אוועק לייגן אין דער זייט צו קענען לעבן בשלום.


אפילו דו ביסט אנטלאפן פון שטוב שוין פאר לאנגע חדשים, דאך וויל דיין ווייב ... תחי' ווייטער לעבן מיט דיר אזוי ווי נאך די חתונה.


... ני"ו, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך מיש זיך אריין וכו', ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלאזט צוואה אז איך זאל העלפן אידישע קינדער זיי זאלן לעבן בשלום און זיך נישט קריגן, דערפאר פרוביר איך מיט די הילף פונעם אייבערשטן צו מאכן  שלום בית.


איך געדענק ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דיר אזוי ליב געהאט; ער פלעגט זיך זייער פרייען ווען דו פלעגסט קומען, איז זיכער אז דו דארפסט זיך בארעכענען און צוריק קומען צו דיין ווייב.


דיינע שוואגערס רעדן אזוי שיין פון דיר, אלע זאגן אז עס איז א שאד עס זאל צעבראכן ווערן א שטוב, בפרט ווען עס איז דא צוויי ליכטיגע קינדער קיין עין הרע.


... טייערער, דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען מיט תלמידים, עס איז שוין פופצן יאר וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר איך זאל זיי העלפן; רוב פראבלעמען קומען פאר ביי קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך, די וואקסן אויף פעלערהאפטיג און זיי דארפן זיך נעבעך מוטשען אין לעבן; דארפסטו טראכטן פון דיינע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט און שטארק.


איך ווארט צו הערן פון דיר.