בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר
א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה ביי ר' נתן'ס יארצייט.
וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי לערנט מיט אונז אזעלכע שיינע עצות אין לעבן, און צו לעבן מיטן תכלית, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן".
מען האט אמאל געפרעגט ר' נתן צי ער איז דער בעל תפילה פון וועם דער רבי רעדט ביי די מעשה פונעם בעל תפילה, ווייל דער רבי דערציילט דארט, אז דער בעל תפילה האט ארויס געגעבן ספרים פון תפילות און דאס געגעבן פאר זיינע לייט אז זיי זאלן מתפלל זיין אין דעם, און ר' נתן האט דאך ארויס געגעבן דעם ספר "ליקוטי תפילות"; האט ר' נתן אויף דעם געענטפערט: "דער רבי איז דער בעל תפילה, און איך בין דער מליץ", ווייל ר' נתן האט מלמד זכות געווען אויף יעדן איינעם, אפילו אויף דעם ערגסטן מענטש.
ר' נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי – איך ווייס דאך ווער איך בין, איך ווייס אז איך האב נישט קיין זכות אז איך זאל זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, אויב אזוי פארוואס האב איך זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן? נאר וואס דען, בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויסן חסד האסטו מיר געהאלפן באשעפער, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".
דאס דארפן מיר אויך זאגן פארן אייבערשטן: "וַאֲנִי, וואס האב איך זוכה געווען צו קומען צו אזא רבי, וואס האב איך געטון מער ווי א צווייטן אז איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, און אז איך בין נישט קיין מתנגד – ה' ירחם - אויף אזא רבי? נאר בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".
דער רבי לערנט מיט אונז ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן און זיך נישט פארלירן, אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות וכו' זאלן מיר זיין שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן.
דער רבי האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ?" ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט אנקעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה און זאלסט ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט, אמן.