בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סתם אויסווארפן געלט פאר אפאר שעה, איז א גרויסע עבירה
אידיש געלט, שמחות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינער זאגט נישט מען זאל נישט מאכן קיין שיינע שמחות, מען מעג מאכן שיינע שמחות, מיר מאכן אויך שיינע שמחות; וואס טראכט איר, די מענטשן פון היכל הקודש זענען נישט קיין מענטשן מיט טעם? מיר פארשטייען נישט צו שיינע זאכן? מיר ווילן נישט שיינע זאכן? תלמידי היכל הקודש פארשטייען זייער גוט וואס שיין איז און מיר ווילן אויך שיינע זאכן.


אבער סתם אויסווארפן געלט פאר אפאר שעה - איז א גרויסע עבירה; דאס וואס די עשירים טוען, זיי מאכן זיך משוגע פאר אפאר שעה, זיי זוכן כבוד, זיי זענען גרייט זיך צו פארשעמען פאר אביסל כבוד - דאס איז א זאך וואס איז אסור.


ווער רעדט נאך ווען מען האט נישט קיין געלט; מען בארגט געלט פאר נישטיגע פאר שעה פאר נארישע זאכן וואס פעלט בכלל נישט אויס, עכטע בלומען, טייערע קליידער און א טייערע זאל - איז זיכער א גרויסע זינד.


דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט אין יבנאל אז אנשי שלומינו זאלן מאכן שמחות אינעם זאל וואס די קהלה שטעלט צו בחנם; די עסן טיילט מען איין צווישן די משפחות, יעדער איינער ברענגט עפעס לכבוד די שמחה, עס קאסט נישט קיין געלט פאר די מחותנים, די סעודה איז א סעודה און די שמחה איז א שמחה.


אז איר ווילט מאכן א שיינע סעודה אין שטוב לכבוד די בר מצוה איז נישט קיין פראבלעם, און אז איר ווילט זיך אנטון מיט א שיינע קלייד איז אויך נישט קיין פראבלעם; אדרבה, מאכטס א שיינע סעודה, דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. געדענקטס נאר וואס איז דער עיקר פון די שמחה, דער עיקר שמחה איז דאס אז אייער זון גייט אריין לעול המצוות; ער הייבט אן לייגן תפילין, ער הייבט אן טון מצוות, ער ווערט מחויב במצוות - דאס איז די עיקר שמחה פון די בר מצוה.


איך האב געהערט פון מיין טאטן זאלן זיין געזונט דערציילן, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען באזוכן דעם קיוויאשדער רב א טאג נאכן בר מצוה מאכן א זון; דער קיוויאשדער רב האט געליידנט דעם רבי'ן צו די בר מצוה פון זיין זון, אבער דער רבי האט נישט געוואלט גיין, ווייל נאכדעם וועט ער דארפן גיין צו יעדנ'ס בר מצוה. אבער היות דער רב אייכנשטיין האט אסאך געהאלפן דעם רבי'ן האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי אים, האט דער רבי געזאגט: "די אמעריקאנער עולם, ביי זיי מאכט מען א גאנצע עסק אינעם טאג פון די בר מצוה, מען טראגט דעם בחור אין שול מיט די תפילין, מען טוט אים אן א קאפל מיט א טלית און מען מאכט א גאנצע עסק אינעם טאג פון די בר מצוה, אבער דאס איז נאר יענעם טאג, א טאג שפעטער טוען זיי אויס דעם קאפל מיט די תפילין וכו'. ביי זיי, אויב קומט מען נישט צו די בר מצוה האט מען פארפאסט די בר מצוה, אבער ביי ערליכע אידן הייבט זיך אן די בר מצוה אינעם טאג וואס מען ווערט א גדול און עס ציט זיך פאר די גאנצע לעבן, אויב אזוי בין איך נאך יעצט ביי די בר מצוה.."


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת ביי אייערע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.