בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די עיקר עבודה פון א מענטש איז צו זיין פרייליך מיט גוטע זאכן
שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די עיקר עבודה פון א מענטש אויף די וועלט - איז זיין פרייליך; זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט תורה ומצוות.


דער סמ"ך מ"ם וכת דילי' זוכן אלע וועגן ווי אזוי צו צעברעכן דעם מענטש, און אונזער ארבעט איז ווי אזוי זיך צו שטארקן אויף זיי, און זיין פרייליך.


שטארקט זיך מיט אלע אייערע כוחות נאר זיין פרייליך.