בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די עלטערן זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט
לערערין, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די סקול בית פיגא, די עלטערן זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


נעכטן האבן מיר געהאט א מיטינג וועגן די קומענדיגע יאר, איך פריי זיך זייער אז איר גייט זיין טיטשער אין בית פיגא ליבערטי; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה.