בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב דיך זייער ליב, איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם, און אפילו דער יצר הרע קומט צו דיר און זאגט דיר אז דו ביסט סיי ווי גארנישט ווערד - זאלסטו אים פארטרייבן מיט געוואלד, זאלסט אים נישט אויסהערן, זאלסט געדענקען אז דער אייבערשטער האט דיך יא ליב.
מיר ציילן די טעג פון ספירה טאג נאך טאג, וואך נאך וואך - ביז מיר קומען אן צו קבלת התורה; דאס לערנט אונז אז צו ווערן אן ערליכער איד, א צדיק - גייט נישט אין איין מינוט, עס גייט שטייטליך, עס נעמט צייט, און אזוי ווי מען ציילט די טעג פון ספירה נאך א טאג און נאך א טאג ביז עס ווערט א וואך, און מען ציילט נאך א וואך און נאך א וואך, מען בויט אויף די מוחין, און אזוי איז מען זוכה צו קומען צו די הויכע מדריגה פון שער נ', דאס זעלבע איז אין עבודת השם, מען דארף האבן אסאך סבלנות ביז מען קומט אריין אין די קדושה.
דער הייליגער רבי נתן זאגט (עלים לתרופה, מכתב כח), עס שטייט אין פסוק (בראשית יח, א): "וְהוּא ישֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם", אברהם אבינו איז געזיצן ביים טיר ווען די זון האט געברענט, "יוֹשֵׁב" איז א לשון פון ווארטן און זיך אויפהאלטן א לאנגע צייט; די תורה זאגט אונז אז מען קען נישט זוכה זיין צו אריינגיין אין די קדושה נאר אז מען האט אסאך סבלנות, מען לויפט נישט אוועק, מען ווארט ביים טיר פון די קדושה, און אפילו עס גייט אריבער די גאנצע צייט וואס עס גייט אריבער, עס ברענט די תאוות, מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט - מיט דעם אלעם לאזט מען נישט אפ, מען געבט נישט אויף, מען ווארט און מען ווארט א לאנגע צייט, נאר אזוי איז מען זוכה צו 'וַיֵּרָא אֵלָיו ה''.
אזוי און נאר אזוי איז מען זוכה צו קומען צו שער נ', צום יום טוב שבועות; דורך שרייען יעדן טאג: "ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה, הייליגער באשעפער רייניג מיך, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג"; און מען איז נאכנישט זוכה צו אריינקומען אין די קדושה אין דעם טאג, מען גייט מארגן נאכאמאל שרייען: "ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו, הייליגער באשעפער איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, ווען וויל איך שוין אריינקומען אין די קדושה?" און איבער מארגן נאכאמאל; אזוי בויט מען אויף די מוחין, ביז מען איז זוכה צו "והקרבתם מנחה חדשה לה'".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.