בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז דאך אזוי געשמאק אויפצושטיין פרי פארטאגס לערנען
שלאפן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ר' ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בענק זיך זייער נאך דיר און נאך דיין משפחה, איך האף אז אלעס איז גוט, איך האף איר האט הנאה צו וואוינען אין שטעטל.


דאס מערסטע בענק איך זיך ווען איך פלעג אריינקוקן אפאר מאל א טאג אין כולל זען ווי דו לערנסט בהתמדה, יעצט זע איך דאס נישט, דעריבער בעט איך דיר זאלסט מיר שרייבן כאטשיג איין מאל א וואך דיינע שיעורים, דיינע חברותות און ווען דו שטייסט אויף. האב נישט מורא צו גיין שלאפן פרי, עס איז דאך אזא געשמאקקייט אויפצושטיין פרי פארטאגס לערנען און זיך מתבודד זיין.


היינט צו טאגס איז מיין סדר א פארדרייטע, איך בין אנגעהאנגען אויפ'ן רבים, מענטשן קומען מבוקר עד הערב, קומט אויס אז איך גיי שלאפן שפעט, אבער בתחלת התקרבותי ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, שנת תשס"ד, פלעג איך זיך לייגן גאר פרי; פרעג מאמי תחי', זי וועט דיר דערציילן ווען איך פלעג אויפשטיין לערנען מיט חברותות פון דריי אזייגער פארטאגס, עס איז שטיל און רואיג, "הַיּוֹשֶׁבֶת בַּגַּנִּים חֲבֵרִים מַקְשִׁיבִים לְקוֹלֵךְ" (שיר השירים ח, יג), דעמאלט זיצט דער אייבערשטער כביכול אין גן עדן מיט אלע צדיקים און לערנט מיט זיי תורה (זוהר ויחי, רלא ע"ב, ועוד); וואויל איז די וואס נוצן אויס די נעכט מיט תורה ותפלה.