בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס ווערט אריבערגיין די שווערע צייט
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב געזען דיינע מעסעדזשעס וואו דו פרעגסט מיר אויב דו קענסט ארויפקומען זיך דורכרעדן; זיי מיר מוחל אז איך האב נישט געענטפערט, איך בין אביסל איבערגעשטרענגט יעצט, שוין וואכן וואס איך האב נישט באצאלט די איינגעשטעלטע, סיי אין אמעריקע סיי אין ארץ ישראל, עס דרוקט מיר אויפן מח, איך דארף א גרויסע נס, דאס איז אויסער דעם וואס די טיטשערס פון בית פיגא אין אמעריקע האט מען נישט באצאלט פון פאריאר פסח; איך האף צו מאכן צייט צו רעדן מיט דיר.


העיקר פארליר זיך נישט, עס ווערט אריבערגיין די שווערע צייט, דאס אלעס מאכט מען פון הימל, מען וויל זען צי דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, צו וועם ער וועט זיך ווענדן בעת צרה, אויב ער וועט לויפן צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, יש ענין שנתהפך הכל לטובה, עס וועט זיך איבערדרייען, עס וועט ווערן גוט.