בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בין נעכטן געווען מיט די תומכי הכולל, מען איז אוועק געפאן א טאג מיט די אינגעלייט וואס העלפן די כולל, עס איז געווען אזא געשמאק.
מען האט אנגעהויבן די טאג צען אזייגער, מען האט אנגעהויבן די טאג מיט לערנען א בלאט גמרא, מען האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען גמרא, און אז אם ירצה ה' גרייטן מיר זיך צו מאכן א גרויסע סיום פאר די גאנצע קהלה, אנשים נשים וטף, עס זאל ווערן איינגעקריצט די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא.
נאך שחרית האט מען געגעסן פרישטאג, געשמועסט אביסל פון רבי'ן; ווייסט דאך אז ווען אנשי שלומינו שמועסן - איז א געשמאק, מען רעדט אזעלכע שיינע שיחות פון רבי'ן, פון רבי נתן און פון מוהרא"ש, ממש א מחי'.
נאכדעם האט מען געלערנט אינאיינעם, יעדע תומך האט באקומען א חברותא פון די כולל אינגעלייט, מען האט געלערנט הלכות שבת, מען האט דורכגעטון אביסל, ממש אביסל - פון שכירות וקבלנות, די תומכי הכולל האבן אזוי הנאה געהאט צו לערנען מיט די בני הכולל, באקומען אביסל א טעם, טועם זיין פון די זיסקייט פון לערנען.
שפעטער איז געוען א שמועס, מען האט געפרעגט שאלות פון די כולל אינגעלייט.
נאך מנחה זענען די כולל אינגעלייט מיטן ראש הכולל, דער דיין שליט"א - צוריק געפארן אין שטעטל און איך בין געבליבן פארברענגען מיט די תומכים, עס איז מיר זייער חשוב די וואס העלפן די כולל.
נעכטן איז געווען די יארצייט פון הייליגן מהרש"א, הער א מעשה. עס איז געווען א בחור וואס האט פון יעדן חוזק געמאכט, אמאל ביי א לויה איז ער צוגעגאנגען צום מיטה וואו דער נפטר איז געליגן, ער האט אויפגעדעקט די תכריכים און געגעבן א פאטש פארן נפטר. ביינאכט האט דער בחור אנגעהויבן שרייען קולי קולות, זיין טאטע וועקט זיך אויף, ער קומט צו לויפן, ער פרעגט זיין זון: "וואס גייט פאר?" דער זון שרייט: "ראטעוועט, א נשמה פון יענע וועלט איז געקומען צו מיר, ער וויל מיך דערווערגן", דער טאטע האט געמיינט אז עס איז א בייזער חלום ,עס גייט נישט אריבער אפאר מינוט און דער זון שרייט ווייטער: "ראטעוועט, ער הרג'עט מיך!" דער טאטע זעט אז עפעס גייט פאר, ער לויפט אריבער צום הייליגן מהרש"א, דער איד דערציילט מיט שרעק: "עפעס גייט דא פאר, מיין זון קען נישט שלאפן, א נשמה קומט צו אים און וויל אים הרג'ענען".
דער הייליגער מהרש"א זאגט פארן בחור ער זאל זיך אראפלייגן ביי אים אין צימער און ער וועט אכטונג געבן אויף אים. דער מהרש"א לייגט דעם בחור שלאפן, און עס גייט נישט אריבער אפאר מינוט און דער בחור הויבט אן שרייען קולי קולות: "ראטעוועט, ער דערווערגט מיך, איך קען נישט אטעמען", דער מהרש"א הייבט אן רעדן צו די נשמה: "ווער ביסטו? און וואס ווילסטו פונעם בחור?" דער נפטר זאגט: "איך בין דער איד וואס איז היינט געשטארבן און דער בחור איז צו מיר צוגעקומען און מיר געגעבן א פאטש, ער האט מיך פארשעמט, איך וויל אים רופן צום בית דין של מעלה, איך וויל אים רופן צו דין תורה פארן מיך פארשעמען". דער הייליגער מהרש"א זאגט: "בשום אין אופן, דו נעמסט נישט אוועק דעם בחור, ער איז נאך יונג און ער דארף נאך לעבן, אויב דו ווילסט א דין תורה, קענסטו מאכן די דין תורה ביי מיר". זאגט דער נפטר: "פיין, אויב אזוי זאל דער רב מיך אויסהערן; דער בחור איז א לץ, ער האט מיר געגעבן א פאטש ביי מיין לויה און איך בין אים נישט מוחל", זאגט דער הייליגער מהרש"א דעם בחור: "דו שעמסט זיך נישט, אזוינס צו טון, געבן א פאטש פאר א נפטר?!" דער בחור הייבט אן וויינען: "איך וויל תשובה טון, איך זאג צו איך גיי מער נישט חוזק מאכן פון מענטשן", דער הייליגער מהרש"א פרעגט דעם נפטר: "אויב דער בחור וועט זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג א פרק משניות פאר דיין נשמה ביסטו אים מוחל און דו לאזט אים צורו?" זאגט דער נפטר: "יא, אויב ער וועט לערנען פאר מיין נשמה - בין איך אים מוחל".
פרעגט דער מהרש"א דעם נפטר: "ווי קען זיין אז קוים אפאר שעה צוריק ביסטו הערשט אוועק פון די וועלט און דו ביסט שוין געקומען צו דיין רו, דו קענסט שוין קומען פון עולם האמת פארלאנגען א דין תורה? איך קען דיך, דו ביסט נישט דער גרויסער צדיק, דו ביסט א פשוט'ער מענטש, ווי קומט צו דיר אזא שנעלע רו? עס נעמט דאך לאנגע יארן ביז א נשמה קומט אן צו איר רו", זאגט דער נפטר: "איך בין טאקע נישט דער גרויסער צדיק אבער איין זאך האב איך געטון, איך האב אויסגעהאלטן תלמידי חכמים זיי זאלן קענען לערנען, איך האב זיי געגעבן געלט זיי זאלן קענען לערנען".
די מעשה האט מוהרא"ש דערציילט און דאס איז שטארקע חיזוק פאר די תומכים פונעם כולל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.