בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס לוינט די מצוה פון געבן עסן פאר אזויפיל קינדער
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


חיים שלמה קויפמאן נרו יאיר


איך וויל דיך באדאנקען בשם אלע עלטערן און בשם די גאנצע מוסד פארן קאכן טאג טעגליך פרישטאג און מיטאג פאר די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג, און איך ווייס אז דו טראכסט פון מאל צו מאל: 'וואס פעלט מיר אויס די גאנצע ארבעט?' פון אינדערפרי ביז שפעט ארבעטסטו שווער צו קענען אהער שטעלן פינף הונדערט פארציעס פרישטאג, און פינף הונדערט פארציעס מיטאג פאר די תלמוד תורה, בית פיגא און ישיבה, און ועל כולם מאכסטו נאך גוטע שפייז פון מאל צו מאל לכבוד די איבערגעגעבענע מלמדים; איך זאג דיר עס לוינט די ארבעט, עס לוינט די מצוה פון געבן עסן פאר אזויפיל קינדער וואס לערנען תורה, און דאס איז ריכטיג משמש זיין דעם רבי'ן, וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנ): "ביי וועם איך נעם געב איך צוריק כפלי כפלים".


זיי נישט מוותר אויף זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און זאג דעם יום תהלים און גיי אביסל שמועסן מיטן אייבערשטן. אויך זאלסטו בלייבן מיט די חסידי'שע קליידער, האלט אין קאך א ציצית וואס מיט דעם זאלסטו קאכן און אז דאס וועט שמוציג ווערן זאלסטו ביים אהיים גיין זיך טוישן, לאז די ציצית פון קאכן אין קאך און טו אן א שיינע זויבערע וואלענע ציצית; גיי אנגעטון חסידי'ש, איך וויל דיר מאכן א גוטע שידוך, א חסידי'שע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.