בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גלייב באמונה שלימה אז דאס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה, און עס איז מיט א פינקטליכע חשבון פון הימל. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען אז עס פאלט נישט קיין שטרוי פון וואגן נאר אז מען רופט אויס אין הימל וואו עס זאל פאלן, איז דאך זיכער אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז אלעס מיט א פינקטליכער חשבון.
מען האט אמאל געזען א ברסלב'ער איד כאפט א קלאפ, עס האט אים זייער וויי געטון, און נאך א מינוט הויבט ער אן טאנצן, ער האט געזאגט: "מען האט יעצט אויסגערופן מיין נאמען אין הימל; אזוי זאגן דאך די הייליגע חכמים (חולין ז:): 'אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה', א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל עס זאל פאסירן, עס טוט מיר טאקע וויי די קלאפ אבער איך זע 'ווער' קלאפט מיר, מען קלאפט מיר פון הימל, איז דאס זיכער פאר מיין טובה".
טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, שטארק זיך מיט אמונה, נעם אריין אין דיר אז אלעס איז פון הימל, אלעס איז מיט א חשבון. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:) ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".
זינג זיך אונטער די ניגון וואס משיח וועט זינגען, די ניגון וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די וועלט, די ניגון פון אמונה: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש זאגט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב דאס גיין אליין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזונגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם" ער האט דאס געזינגען און געזינגן און דאס האט אים אויפגעהויבן די אמונה, וויסן און געדענקען אז עס עקזיסטירט גארנישט אנעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.