בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
עס רייסט מיר דאס הארץ אז דער רבי איז אזוי פארשעמט, די צדיקים זענען אזוי פארשעמט; אז דיין מאמע מאכט די סגולה פון לייגן א שטיין אויף א קבר פון א צדיק, מען שרייבט אויף דיין נאמען אויפן שטיין, די סגולה וואס מען טוט ווען נעבעך נעבעך א קינד איז אראפ פון וועג רחמנא לצלן, די סגולה טוט זי פאר דיר און פאר דיין ברודער וואס ענק זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, ענק טוען די עצות פון רבי'ן, ענק לעבן מיט התבודדות, מיט בענקען צום אייבערשטן, מיט לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מיט שלום בית, מיט שמחה, און מיט תשובה, פאר ענק מאכט מען די סגולה וואס מען מאכט פאר קינדער וואס האבן נעבעך נעבעך אפגעלאזט די תורה וועג; שטעל זיך פאר ווי דער רבי איז פארשעמט, וויפיל לשון הרע מען רעדט, אז אפילו ערליכע אידן ווי דיינע עלטערן מיינען אז עס איז עק וועלט אז די קינדער קומען צום רבי'ן.
וויפיל דארף מען וויינען צום אייבערשטן אויף די גלות השכינה, אז די שכינה הקדושה איז אזוי פארשעמט, אפילו ערליכע אידן קוקן אויפן רבי'ן מיט ביטול, דער רבי איז פארשעמט. דער רבי זאגט שוין (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רכח) אז אזוי מוז זיין, דער רבי זאגט: "דַּע שֶׁכְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בַּנְּשָׁמָה שֶׁתּוּכַל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווען דער אייבערשטער זעט א נשמה וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, "וְלַעֲשׂוֹת גֵּרִים", און צו מאכן גרים, "אֲזַי הוּא יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ כִּבְיָכוֹל", גייט דער אייבערשטער אליין, "מְבַקֵּשׁ וְרוֹאֶה שֶׁיִּהְיֶה מַחֲלֹקֶת עָלָיו", און זוכט און זעט עס זאל זיין מחלוקת אויף די נשמה, ווייל נאר אזוי איז עס מיט אן אמת, ווייל אזוי ווי ווען משיח וועט קומען און די גוים וועלן קומען און זאגן מיר ווילן זיך מגייר זיין, איז די הלכה אז דעמאלט נעמט מען מער נישט קיין גרים, נאר דער וואס איז געקומען ווען עס איז געווען שווער, אין גלות, און ער האט זיך מגייר געווען - נאר דער וועט קענען זיין ביי די סעודה מיט משיח, אזוי אויך דער צדיק וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען אידן צו אייבערשטן - מוז זיין אויף אים מחלוקת.
וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיט אזעלכע התנגדות האבן מיר די זכיה אז מיר זענען יא אנגעקומען צום רבי'ן, און מיר זענען נישט קיין מתנגדים.
איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף אביסל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.