בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די עצתו אמונה אויף ענגליש איז הערליך שיין
עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געזען די בריוו וואס איר זענט מתרגם, עצתו אמונה אויף ענגליש; עס איז הערליך שיין, עס ציט צו ליינען איין בריוו נאכן צווייטן.


שכרך הרבה מאוד, אייער שכר איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל אייך שענקען כוחות הנפש, איר זאלט קענען ממשיך זיין אייער גאנץ לעבן מיט די הייליגע ארבעט.