בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פאלגן דעם אייבערשטן אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען
אמונה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר דארפן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; מיר ווייסן גארנישט, איין זאך ווייסן מיר אז דער אייבערשטער זאגט אונז אן צו היטן די מצוות - איז דאס פאר אונז גוט און מיר וועלן דאס טון אפילו עס איז שווער.


איר פרעגט פארוואס דער אייבערשטער האט געהייסן היטן הלכות טהרת המשפחה; ווי קענען מיר פארשטיין דעם אייבערשטן?! איך וועל אייך דאס געבן צו פארשטיין מיט א ביישפיל, א קליין קינד קען נישט פארשטיין פארוואס זיין טאטע לאזט אים נישט גיין אויפן גאס וואו קארס פארן און ער ווערט ברוגז אויף זיין טאטע ווען ער שרייט אויף אים און זאגט אים אן נישט צו טון געוויסע זאכן, ווייל דאס קינד מיט זיין פינטעלע שכל מיינט אז ער פארשטייט אליינס וואס איז גוט פאר אים, הערשט ווען ער ווערט ערוואקסן זעט ער אז זיינע עלטערן האבן אים אפגעהיטן פון שלעכטס; אזוי קענט איר אביסל פארשטיין אז עס איז נישט מעגליך פאר א מענטש צו פארשטיין דעם אייבערשטן, מיר האבן נישט קיין פינטעלע שכל און פארשטאנד אנטקעגן דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן מד): אז די גרעסטע חכמה איז אוועק צו לייגן אלע חכמות און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן; דעריבער, אז דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל ציילן זיבן טעג וכו' דארף מען דאס טון מיט גרויס שמחה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא:): "רַבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: מִפְּנֵי מָה אָמְרָה תּוֹרָה נִדָּה לְשִׁבְעָה? מִפְּנֵי שֶׁרָגִיל בָּהּ וְקָץ בָּהּ", רבי מאיר זאגט: פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט אז א נדה זאל ציילן זיבן טעג וכו'? "אָמְרָה תּוֹרָה: תְּהֵא טְמֵאָה שִׁבְעָה יָמִים, כְּדֵי שֶׁתְּהֵא חֲבִיבָה עַל בַּעְלָהּ כִּשְׁעַת כְּנִיסָתָהּ לְחֻפָּה", ווייל אזוי וועט די פרוי זיין באליבט צו איר מאן פונקט אזוי ווי זי איז געווען באליבט צו אים אין די טאג פון די חופה; און זוכה זיין צו געזונטע קינדער, ווייל אז מען היט הלכות טהרה האט מען געזונטע קינדער, און אז מען היט נישט די הלכות ווערן געבוירן קראנקע קינדער רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו גיין אויף די וועג פון די תורה, אוועק לייגן אלע חכמות און זיך פירן מיט תמימות ופשיטות. די גרעסטע חכמה איז - אוועק צו לייגן די שכל, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טו): "שֶׁהוּא חָכְמָה וּמְלָאכָה גְדוֹלָה לִהְיוֹת כְּמוֹ בְּהֵמָה", עס איז א גרויסע חכמה צו זיין אזוי ווי א בהמה, דאס הייסט זיך צו פירן פשוט בתמימות ובפשיטות. אזוי ווי עס שטייט (שמות לו, א): "וְכֹל אִישׁ חֲכַם לֵב אֲשֶׁר נָתַן ה' חָכְמָה וּתְבוּנָה בָּהֵמָּה", און אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ה:): אויפ'ן פסוק: (תהלים לו, ז): "אָדָם וּבְהֵמָה תּוֹשִׁיעַ ה'", אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם שֶׁעֲרוּמִים בְּדַעַת וּמְשִׂימִין עַצְמָן כִּבְהֵמָה, און אזוי ווי אסף בעט דעם אייבערשטן (שם עג, כב): "וַאֲנִי בַּעַר וְלֹא אֵדָע בֶּהֱמוֹת הָיִיתִי עִמָּךְ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.