בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
פארוואס קלאפט איר זיך אראפ? פארטרייבט די מחשבות וואס בוזשעווען אין אייך אז איר זענט נישט גוט, עס איז נישט וואר, די שלעכטע מחשבות זענען פון די קליפות וואס פארגינען נישט דעם איד צו לעבן א פרייליכע לעבן.
איר זענט א גוטע מאמע אפילו איר ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט קינדער זאלן פאלגן.
איר זענט א גוטע מאמע אפילו איר צעשרייט זיך אויף די קינדער.
איר זענט א גוטע מאמע אפילו מען ווערט איבערגעשטרענגט און מען טראכט 'איך האב נישט מער קיין כח'.
אויך זאלט איר וויסן, מען בלייבט גוט אפילו עס כאפן זיך אריין נישט איידעלע מחשבות, מען דארף נאר בעטן: "אייבערשטער איך וויל גוטע, ריינע און הייליגע מחשבות", אבער חס ושלום זיך אראפקלאפן.
א סימן פון קדושה – ווען מען טראכט 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', און אז מען טראכט 'דער אייבערשטער דארף מיך נישט' – איז א סימן אז מען איז ביי די אנדערע זייט, און מען דארף שוין תשובה טון.