בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
רעד צו די אינגעלייט וואס זיצן אן פרנסה אז זיי זאלן אוועק ווארפן די חכמות, זיי זאלן נעמען א פרנסה. מוהרא"ש זאגט, עס שטייט אין די תורה (דברים טו, יח): "'וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", מען דארף עפעס טון פאר פרנסה, וואס, ווען און ווי - איז נישט משנה; דער אייבערשטער זאגט: דו טו, גיי ארויס פון בעט, גיי ארויס פון שטוב און עס וועט קומען די ברכה.
די פארשטינקענע גאוה לאזט נישט דעם מענטש לעבן, דער מענטש בלאזט פון זיך, און דאס לאזט אים נישט מצליח זיין - נישט בגשמיות און נישט ברוחניות, מען בטל'ט אפ די טעג און יארן. איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיינע חברים וואס טוען גארנישט מיטן טאג, זיי ווארטן צו ווערן מיליאנערן איבער נאכט, אז זיי זאלן אנהייבן מיט עפעס טון, זיי זאלן זיך איינבייגן דעם קאפ און אפלאזן די פארשטינקענע גאווה זייערע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.