בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
...
איך האלט אז אלעס וואס דריקט דיר איז פון דיר אליינס, דו טראכסט אז דו גייסט כאפן א נערווען בראך, דו טראכסט אז דו האסט א געוויקס אין קאפ, און דו טראכסט אז אן אדער גייט אט אט פלאצן וכו' וכו', און די מחשבות מאכן דיך שוואך, די מחשבות לאזן דיך נישט לעבן, ווען באמת ביסטו געזונט און שטארק, דו האסט נישט קיין שום געוויקס, דיינע אדערן גייען נישט פלאצן, און אויך קענסטו נישט און דו וועסט נישט כאפן א נערווען בראך; איז וואס פייניגסטו זיך? פארוואס? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשֶׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", די שרעק – דאס טוט אונטערברענגען דעם מענטש.
זאג קאפיטל כט פון תהילים, זאג עס אפאר מאל א טאג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", די קאפיטל איז מסוגל אוועק צו נעמען די שלעכטע גייסט, אויך זאלסטו יעדן טאג פארנאכטס נעמען דיינע קינדער און טאנצן מיט זיי, צינד אן לעבעדיגע מוזיק און טאנץ און פאטש, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן י): "כשיש דינים", ווען עס איז חס ושלום דא דינים, "על ידי ריקודים והמחאת כפיים", דורך פאטשן און טאנצן, "נעשה המתקת הדין", ווערט אלעס זיס; ווארף אוועק די חכמות און טו דאס בתמימות ופשיטות, טאנץ און פאטש וועט אלעס נמתק ווערן.