בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר טאג טעגליך אינעם מוסד בכלל און מיט די מיידל סקול בפרט. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן יעצט בקרוב ממש דיין זיווג, עס זאל דיר צוריק קומען דאס אלעס וואס דו האסט געהאלפן אזוי געטריי אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות.
איך האב באמערקט אינעם "לוח ברסלב" אז ביי ערב ראש חודש חשון האסטו אריינגעשטעלט "יום כפור קטן"; וויל איך באמערקן אז פיר מאל דורכאויס דעם יאר זאגט מען נישט יום כפור קטן אום ערב ראש חודש, די פיר מאל זענען "ערב ראש חודש חשון", ווייל עס איז נאך אין חודש תשרי ווען מען זאגט נישט קיין תחנון; אזוי אויך "ערב ראש חודש טבת", ווייל דעמאלט איז דער יום טוב חנוכה; "ערב ראש חודש אייר", וואס איז נאך אין חודש ניסן, און אום "ערב ראש חודש תשרי", וואס מיר באהאלטן דעם ראש חודש כדי לערבב השטן.
די דורשי רשימות געבן א רמז אויף דעם, לויט ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כט, יא): "מִלְּבַד חַטַּאת הַכִּפֻּרִים", חַטַּאת איז ראשי תיבות: ח'שון, ט'בת, א'ייר און ת'שרי, דאס הייסט אז אלע ערבי ראש חודש זאגט מען יום כפור קטן, מִלְּבַד חַטַּא"ת – אויסער די פיר מאל וואס דעמאלט זאגט מען נישט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.