בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - גיי נישט צום ארבעט איידער דו גייסט דאווענען, בפרט אין ראש חודש
תודה והודאה, מחלוקת, אומאן, פרנסה, ישיבה, מנין, ראש חודש, הלל, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש, גיי אין שול דאווענען מיט מנין. זינג הלל; זינג די זיסע ווערטער פון הלל, ווי דוד המלך זינגט (תהילים קיח, יג): "דָּחֹה דְחִיתַנִי לִנְפֹּל וַה' עֲזָרָנִי", מיינע פיינט ווילן מיך אראפווארפן, אבער דער אייבערשטער העלפט מיר; די פיינט מען מען די סטרא אחרא, וואס וויל אויסרייסן דעם מענטש פון ביידע וועלטן. אזוי ווי דער זוהר הקדוש טייטשט (פרשת וישלח, קעט.): "דָּא סִטְרָא אָחֳרָא", דאס מיינט מען די סטרא אחרא, "דְּדַחְיָיא לֵיהּ לְבַר נָשׁ תָּדִיר", וואס ווארפט אראפ דעם מענטש נאכאמאל און נאכאמאל, אבער: "וַה' עֲזָרָנִי", דער אייבערשטער היט אים, ווי אזוי? וואס איז די עצה צו ווערן אפגעהיטן פונעם סמ"ך מ"ם? זאגט מוהרא"ש (סידור עת רצון, הלל) דורך (תהילים קיח, יד): "עָזִּי וְזִמְרָת קָהּ", דורך זינגען און לויבן צום אייבערשטן, "וַיְהִי לִי לִישׁוּעָה", דאס איז די ישועה; זינגען צום אייבערשטן און זוכן אין זיך גוטע נקודות - דאס פארשניידט די שלעכטס.


גיי נישט צום ארבעט איידער דו גייסט אין שול דאווענען; בפרט אזא טאג ווי ראש חודש ווען דער אייבערשטער איז מוחל אלע עבירות - זאלסטו קומען אין שול דאווענען און זינגען הלל צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל", דורך זינגען הלל, "בְּקוֹל גָּדוֹל", מיט א הויכע קול - "זוֹכִים לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איז מען זוכה, מען הויבט אן ליב האבן דעם אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ג): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל", דורך זינגען הלל, "יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן - "מֵאוֹיְבֶיךָ", פון דיינע פיינט; ווייל אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - באקומט מען אזא שכל און פארשטאנד, מען ווערט געוואר 'קיינער קען מיר גארנישט טון, קיינער קען מיך נישט טשעפען אדער שעדיגן'.


ברודער, וואס איז מיט דיר? וועק זיך אויף! מיר שטייען שוין ביי תמוז... מוהרא"ש זאגט נאך פון פריערדיגע אז תמוז איז די ראשי תיבות: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין; עס קומט שוין די הייליגע טעג, די טעג פון תשובה. עס כאפט א קיצל אין די ביינער, דער יאר איז שוין כמעט אריבער, מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, דארף מען זיך אויפוועקן; אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און אפלאזן די מחלוקות, אפלאזן קריגערייען.


איך פאר מיטן אייבערשטנ'ס הילף די וואך אין שטעטל - ביז א וואך פאר סליחות, און ב' סליחות פארן מיר קיין אומאן. איך האף דו וועסט קומען אמאל צו א שיעור; די שיעורים גייען אן ווי געהעריג, גארנישט האט זיך געטוישט. אנדערע זאגן די ישיבה טוישט זיך, עס איז נישט אזוי; עס איז צוריק ווי יארן צוריק, ווען אין ישיבה זענען געקומען בחורים מיט די כוונה צו לערנען און דאווענען. איך דארף נאר כח צו קענען פאלגן מוהרא"ש, ליידער איז מיר שווער צו פאלגן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט סימנים וועם צו האלטן אין ישיבה און וועם נישט; איך דארף נאר פאלגן, אז איך וועל פאלגן - וועט זיין גוט פאר מיר און פאר די גאנצע קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#6 - מיט די פאר ווערטער פון רבי'ן קען מען אפלעבן א חיים טובים
תודה והודאה, ראש ישיבה, פירושים, ספירה, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן, זוך אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, זוך אין די שוועריקייטן דאס באהאלטענע גוטס - וועלן אוועקפאלן אלע פראבלעמען. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, די וועג פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", אין די צרה טוט דער אייבערשטער ברייט מאכן, עס איז מיט גרויסע חסדים (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה); גלייב מיר מיט די פאר ווערטער פון רבי'ן קען מען אפלעבן א חיים טובים און זיך גוט אויסלאכן פון אלע צרות ויסורים.


ביים ציילן ספירה האב איך געטראכט, די כוונות פונעם היינטיגן טאג איז: 'יודוך' און 'קר"ע שט"ן'; אפשר לומר, דורך דעם וואס מען דאנקט דעם אייבערשטן צערייסט מען אלע שלעכטס, דער שטן ווערט צעריסן.


היינט נאכט וועט זיין דער ליל שישי שיעור אינעם בארא פארקער שול אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - אפשערן א קינד אום ראש חודש
שטעטל, מנהגים, הלכה, אפשערן, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מזל טוב צו די גרויסע שמחה אז דו גייסט יעצט מאכן פאות פאר דיין זון נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


בנוגע שערן ראש חודש; עס איז א צוואת רבי יהודה החסיד זיך נישט צו שערן ראש חודש (צוואת רבינו יהודה החסיד, סימן מח). הגם עס זענען דא וואס זאגן אז מאכן פיאות פאר א דריי יעריג קינד - קען מען יא, אפילו ראש חודש, דאך זאלסטו אפשערן - אדער ערב ראש חודש, אדער א טאג נאך ראש חודש.


אגב, א כלה וואס האט חתונה ראש חודש ביינאכט שערט זיך אפ גלייך אינדערפרי, אום ראש חודש. אזוי אויך, ווען מען דארף זיך מטהר זיין וכו' - שערט מען זיך אפילו ראש חודש.


זיי שטארק מיט דיין אמט, זיין א גבאי אין שטעטל; זע אז אלעס אין שטעטל זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - א הערליכע שבת בראשית אין ישיבה מיט אנשי שלומינו
הפצה, צדקה, הדפסה, שבת קודש, פרנסה, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, ישיבה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, חסידות, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א הערליכע שבת איז געווען אין ישיבה מיט אנשי שלומינו. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג צו נאכטס, די תפילות איז געווען זייער שיין, נאכן דאווענען זענען מיר ארויס אין א ריקוד כמנהג אנשי שלומינו.


שבת אינדערפרי איז געווען א שיינע שמועס וועגן חתונה מאכן אין ישיבה און נישט מאכן טייערע שמחות. איינער האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס אזוי סאך צו רעדן פון דעם, האב איך אים געזאגט: "גיי ברענג מיר איינעם וואס האלט שוין נאכן חתונה מאכן צוויי דריי קינדער וואס האט נישט קיין איין דאלער חובות... איך רעד נישט פון גרויסע עשירים, איך רעד פון דורכשניטליכע אינגעלייט, ברוך ה' איך האלט נאכן חתונה מאכן דריי קינדער און איך קום נישט קיין איין פרוטה פאר קיינעם, נאר ווייל איך פאלג מוהרא"ש, איך מאך פשוט'ע שמחות, איך מאך זיך נישט נאריש. דעריבער רעד איך צו מיינע תלמידים אזוי סאך פון דעם, ווייל איך וויל ענק זאלן אויך קענען לעבן אן קיין איין פרוטה חובות".


עס איז א שאד מען שרייבט נישט אפ די שיינע שמועסן; אזוי וואלטן אלע געקענט מיטהאלטן די שיינע זאכן.


שחרית האב איך געדאווענט פאר'ן עמוד, איך האב עולה געווען די זיבעטע עלי', שביעי. ביי מיין עלי', בשעת דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק (בראשית ה, כט): "זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵֹנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" - האב איך געוואלט אנהויבן טאנצן פאר שמחה, ווייל דא איז דאך מרומז דער הייליגער רבי'ן; די תורה זאגט זֶה יְ'נַחֲמֵנ'וּ, דער רבי וועט אונז טרייסטן און אונז ארויסנעמען פון אונזער עצבות.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט נאכאמאל פון זיך אכטונג געבן פון חובות, מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג). דער רבי זאגט: "די פארלוירענע קינדער האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס, און געגאנגען אין די הייזער בעטן עסן"; דא זעט מען די עצה, אז אויב מען האט נישט קיין געלט - זאל מען גיין אין די הייזער קלייבן געלט צו קענען לעבן, און חס ושלום מאכן חובות.


מיר האבן גערעדט אז מען קען דאס טון אינאיינעם מיט הפצה. מען גייט ביי די הייזער, מען בעט צדקה פאר "א משפחה וואס האט נישט צו לעבן", און מען געבט א שיינע מתנה; אזוי איז מען א משפיע.


איך האב דערציילט פאר די אינגעלייט, א בחור איז צו מיר צוגעקומען פאריאר ראש השנה אין אומאן און מיר געזאגט אז ער וויל מנדב זיין דעם שער הבנין פונעם נייעם בית הדפוס. דער אינגערמאן וואס העלפט צאמנעמען די געלט פאר'ן נייעם בנין האט מיך געפרעגט אויב ער זאל דאס יענעם אוועקגעבן, האב איך אים געזאגט: "דו קענסט דא נישט גארנישט דערלייגן, אדער וועט ער דיר ברענגען געלט - אדער נישט". למעשה איז אריבער א יאר, און דער בחור נרו יאיר האט געברענגט במשך די יאר פאר'ן בית הדפוס פופציג טויזנט דאלער. דאס האט ער געטון אין די צייט פון נאך ישיבה, נאך זיבן אזייגער - פאר אפאר שעה.


איך האב אויפגעוויזן פאר די אינגעלייט, דו קענסט זיין אן ארבעטער, קענסט זיין אין כולל; אז דו גייסט הפצה אפאר שעה, אדער נאכמיטאג אדער פארנאכטס - קענסט פארדינען מער וואס א צווייטער פארדינט דורך ארבעטן א גאנצן טאג.


א צווייטע מעשה האב איך דערציילט, איך רוף אן א אינגערמאן אין שטעטל: "אפשר זוכסטו אן ארבעט? איינער זוכט אן ארבעטער", זאגט ער מיר: "איך דארף גיין ארבעטן? אויב דער ראש ישיבה הייסט מיר ארבעטן - גיי איך ארבעטן, איך וויל אבער זאגן פאר'ן ראש ישיבה, איך פאר ארויס פון שטעטל יעדן טאג דריי אזייגער - הפצה, איך גיי פאר צוויי שעה און איך ברענג אהיים איבער צוויי הונדערט דאלער א טאג, וואס פעלט מיר אויס ארבעטן?" זעט מען אז ווען מען גייט אין די הייזער מיט ספרים קען מען לעבן א שיינע ברייטע לעבן אן חובות.


נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום שול האבן מיך קינדער נאכגעשריגן, אזוי ווי כסדר, איך האב דאס יעדן טאג, מען שפעט פון מיר. איך בין זייער פרייליך, אז מען שפעט פון מיר נישט ווייל איך האב איינעם בא'גנב'ט, נאר ווייל איך ברענג אריין דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, כד): "וַיְגָרֶשׁ אֶת הָאָדָם וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם", מען האט פארטריבן אדם הראשון פון גן עדן, מען האט אים געלייגט מקדם. זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כא, ט): 'מִקֶּדֶם' דאס איז דער 'גֵּיהִנֹם', דער אייבערשטער האט אים געוויזן דעם גיהנום, זאגן די הייליגע חכמים, אדם הראשון האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי מַצִּיל אֶת בָּנַי מֵאֵשׁ לוֹהֶטֶת זוֹ", ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיך ראטעווען פון דעם שרעקליכן גיהנום? האט אים דער אייבערשטער געזאגט, דורך "חֶרֶב תּוֹרָה", דורך די שווערד פון לערנען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה איז מען זוכה זיך צו ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אזוי אויך, ווער עס לערנט תורה - ראטעוועט זיך פון די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט מיט אלע תאוות און אלע שלעכטס. ווייל מען קען נישט פארלעשן די פייער - נאר דורך לערנען תורה, אז מען מאכט זיך א שיעור אין חומש רש"י, משניות און גמרא וכו' - קען מען אויסלעשן די גיהנום.


אויך האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט דרייען ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אביסל העלפן, אביסל שמועסן און אסאך לערנען.


נאך מעריב האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, און שפעטער איז געווען א שיינע מלוה מלכה ביי מיר אין שטוב מיט א מנין בחורים, יעדער האט דערציילט זיינע מעשיות פון הפצה און זיינע מעשיות פון תפילה.


ישיבה הויבט זיך אן ראש חודש חשון, זאג דיינע בחורים זאלן ברענגען א מסכת נדרים; ראש חודש הויבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת נדרים, יעדן טאג לערנען מיר א בלאט גמרא. און דיין ישיבה קטנה בחור זאל אויך ברענגען א מסכת סוכה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר נאך פרישטאג מסכת סוכה. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען יעדן טאג איינס דרייסיג דעם בלאט גמרא, און נאכמיטאג נאך מנחה לערנט דער מגיד שיעור פאר שלחן ערוך הלכות שבת, דיין זון זאל ברענגען א שולחן ערוך הלכות שבת, דעם זמן וועלן זיי לערנען די הלכות פון בישול בשבת, סימן שי"ח.


מארגן ערב ראש חודש זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש"
הדפסה, ראש השנה, לימוד התורה, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


די פאסיגע צייט פאר'ן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש" - איז ראש חודש אלול, זונטאג פרשת שופטים.


זונטאג איז א טאג וואס די אלע וואס ארבעטן קענען דאס מיטהאלטן, אויך קען עס זיין א ראש חודש סעודה, און אויך א הכנה צום רבינ'ס ראש השנה.


די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה (כמובא בחיי מוהר"ן, סימן תה); די בעסטע פלאץ וואו זיך צו גרייטן אויף ראש השנה - וועט זיין אינעם נייעם בנין וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים צו ברענגען אלעמען קיין אומאן.


איך בעט דיר זייער, טייל נישט קיין טייערע מתנות. אנשי שלומינו דארפן נישט די זאכן, בפרט די וואס געבן פאר הדפסה, די וואס האבן אן הרגשה אינעם רבינ'ס זאך - די דארפן נישט טייערע זאכן. איך זאג דיר, עס איז א שאד די צייט, א שאד די געלט.


עס איז דא נאך אפאר פרטים וואס איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י, משניות, גמרא, הלכה וכו'.

#2 - פירן דעם בית המדרש אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, אומאן, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


געלויבט דעם אייבערשטן, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, מיר האבן זוכה געווען צו עפענען דעם שבת א ברסלב'ער בית המדרש אין ירושלים; א בית המדרש וואו מען וועט רעדן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן, א בית המדרש וואס וועט ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט האלטן דעם פלאץ זייער ריין; ריין פון לצים און פון נישט געזונטע מענטשן. עס זאל זיין ריינע ד' אמות וואו מען וועט רעדן דעם רבינ'ס דיבורים אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות. יעדער וואס קומט אריין זאלט איר מחזק זיין, גייט נישט מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; עס אז דא א גרויסער יצר הרע אויף דעם, ווען מען הערט רעדן קעגן רבי'ן, קעגן מוהרא"ש - צו וועלן ענטפערן און אויפווייזן, אבער איך בעט אייך גייט נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; נעמט דעם רבינ'ס ווערטער פאר אייך צו לעבן דערמיט און מחזק זיין אנדערע.


יעדער איינער זאל צולייגן א האנט אז דער בית המדרש זאל זיין שיין און ריין; א בית המדרש היכל הקודש דארף זיין מסודר, נישט אנגעלייגט מיט אלטע טליתים און שמות. נאכן דאווענען זאל מען מסדר זיין דעם בית המדרש עס זאל זיין שיין און אלע ספרים אוועק געלייגט; יעדער איינער זאל קוקן אויפ'ן שול ווי דאס איז א חלק פון זיין שטוב, אזוי ווי מען האלט ריין די שטוב דארף מען האלטן ריין דעם שול.


איך בעט אייך זייער, איך וויל האבן שייכות מיט אייער חבורה, איך וויל זיין א חלק פון די קהלה; אויב איר זענט מסכים וויל איך זיין א גבאי ביי אייך אין שול, איך בין גרייט צו הערן פון אלע חברים און מתפללים וואס מען האט צו זאגן. די גרינגסטע וועג צו רעדן מיט מיר איז דורך בריוו; איר קענט מיר שרייבן בריוו, סיי טענות און וואס מען דארף בעסער מאכן און איך וועל פרובירן פירן די שול אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר ווילט מיר נעמען פאר א גבאי. אין ישיבה אין וויליאמסבורג בין איך גבאי און אויך אין קרית ברלב ליבערטי בין איך גבאי, איך פיר עס אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ.


מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווילאנג עס דארף נעמען דאס דאווענען; מוהרא"ש האט מיר גענומען פאר א בעל תפילה אין אומאן צו דאווענען ראש השנה, קודם האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו דאווענען שחרית און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף", מוהרא"ש האט מיר געזאגט א גענויע צייט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען; עס איז געווארן א גאנצע גערודער אין שול, עס זענען געווען געוויסע וואס זענען געקומען צו לויפן צו מיר: "היתכן דו דאווענסט שנעל?" איך האב זיי נישט געענטפערט אז מוהרא"ש האט מיר אזוי געזאגט, איך האב גארנישט געזאגט, זענען זיי געגאנגען צו מוהרא"ש מיט טענות. (מוהרא"ש האט געהאט זיין וועג ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן; ער וואלט געקענט זאגן גלייך: "אזוי וויל איך! איך האב אים געבעטן דאווענען אזוי און אזוי!" אבער מוהרא"ש האט געהאט זיין כוונה ווי אזוי צו רעדן מיט יעדן איינעם, ער האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן צו מיר, ער וועט זען וואס ער קען טון). מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דו הער נישט אויס קיינעם, טו וואס איך זאג דיר".


זאלט איר אויך אוועק שטעלן א זמן פאר'ן דאווענען; נישט אפכאפן דאס דאווענען און נישט אויסציען די קישקעס, נאר דאווענען שיין געלאסן. עס זענען דא מענטשן וואס קומען נישט אין שול נאר ווייל זיי קענען נישט נעמען די לאנגע טירחה וואס מען איז מטריח דעם עולם, אזוי אויך אז מען ציט אויס דאס דאווענען און מען פעניעט מאכט דאס מען זאל שמועסן.


די גבאים האבן מיר געפרעגט אויב מען זאל שרייבן אויפ'ן שילד אז דאס איז א ברסלב'ע שטיבל, א טייל זאגן מען זאל נישט שרייבן דאס ווארט "ברסלב", ווייל מענטשן האבן מורא פון די ווארט "ברסלב". ליידער ליידער איז ברסלב היינט א פלאץ פון הפקירות, א פלאץ פון עזות פענימער; עס פעלט דער ראש בית וואס זאל אכטונג געבן. עס האט זיך אריין געכאפט אין ברסלב צעדרייטע מענטשן, מען פארפירט אינגעלייט, מען פארפירט בחורים, זיי שטעלן זיך אהער ווי עובדי השם, מען מאכט משוגע דעם יוגענט מיט עבודות משונות.


אין ארץ ישראל איז ברסלב א מין צעמישעניש, דעריבער שטייען מענטשן ווייט, מען האט מורא פון דעם; דארפט איר זען צוריק צו קערן דאס שיינקייט פון ברסלב, אלע זאלן וויסן וואס ברסלב איז. א פלאץ פון רעדן שיין, א פלאץ פון מכבד זיין עלטערן, ברסלב לערנט אויס אז מען קען זיין אין שטוב, זיין מיט די ווייב און קינדער און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן מיט אזא דביקות מיט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געלעבט. אז איר וועט זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז וועט איר שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך ארבעט יעצט צו באקומען רשות צו קומען קיין ארץ ישראל; זייט מתפלל מען זאל מיר געבן רשות. איך וויל שוין זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין צוזאמען מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


א פרייליכן שבת.

#1 - פיר מאל א יאר וואס מ'זאגט נישט "יום כיפור קטן"
ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר טאג טעגליך אינעם מוסד בכלל און מיט די מיידל סקול בפרט. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן יעצט בקרוב ממש דיין זיווג, עס זאל דיר צוריק קומען דאס אלעס וואס דו האסט געהאלפן אזוי געטריי אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות.


איך האב באמערקט אינעם "לוח ברסלב" אז ביי ערב ראש חודש חשון האסטו אריינגעשטעלט "יום כפור קטן"; וויל איך באמערקן אז פיר מאל דורכאויס דעם יאר זאגט מען נישט יום כפור קטן אום ערב ראש חודש, די פיר מאל זענען "ערב ראש חודש חשון", ווייל עס איז נאך אין חודש תשרי ווען מען זאגט נישט קיין תחנון; אזוי אויך "ערב ראש חודש טבת", ווייל דעמאלט איז דער יום טוב חנוכה; "ערב ראש חודש אייר", וואס איז נאך אין חודש ניסן, און אום "ערב ראש חודש תשרי", וואס מיר באהאלטן דעם ראש חודש כדי לערבב השטן.


די דורשי רשימות געבן א רמז אויף דעם, לויט ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כט, יא): "מִלְּבַד חַטַּאת הַכִּפֻּרִים", חַטַּאת איז ראשי תיבות: ח'שון, ט'בת, א'ייר און ת'שרי, דאס הייסט אז אלע ערבי ראש חודש זאגט מען יום כפור קטן, מִלְּבַד חַטַּא"ת – אויסער די פיר מאל וואס דעמאלט זאגט מען נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.