בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א פרוי קען פועל'ן גאר אסאך מיט איר תפלה. פאררעכטן די ציין
חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איר דארפט - זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; ווען א פרוי וואלט געוויסט וואס זי קען פועל'ן מיט אירע תפילות ביים אייבערשטן, וואלט זי געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך נאכאמאל און נאכאמאל ביז זי וואלט געהאלפן געווארן. בפרט בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר זיך אוועק זעצן ביי די ליכט און בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ליגט אייך אויפן הארץ; פאר אייך, פאר אייער מאן - אז ער זאל זיין ערליך און האבן הצלחה, און פאר קינדער - אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.


בנוגע אייער ציין וכו'; אודאי זאלט איר גיין צו אן אנדערן דאקטער און זיך פאררעכטן די ציינער ווייל א אידישע פרוי דארף אכטונג געבן אויסצוקוקן שיין. ווען עס איז א ציין וואס מען זעט נישט איז איין זאך, אבער אז דאס איז פון די פאדערשטע ציינער זאלט איר זען דאס צו פאררעכטן כדי איר זאלט נושא חן זיין ביי אייער מאן נרו יאיר.