בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך פריי זיך דיר צוריק צו טון אביסל גוטס
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער פריינט ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז איך קען דיר צוריק טון א פינטעלע גוטס פאר אלעס וואס דו האסט זיך אוועק געגעבן פאר די ישיבה; איך האב געשיקט א בחור זאל ארויסנעמען דיין משפחה אין קאנטרי, איך דאנק דיר פאר'ן מיר געבן די מעגליכקייט דיר צו העלפן.


איך בין גרייט דיר צו העלפן מיט וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויסקומען פון תפיסה וואס שנעלער.