בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך פריי זיך צו העלפן די אייניקלעך פון מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, נכד מוהרא"ש זכותו יגן עלינו


איך בין אזוי פרייליך אז איך קען עפעס צוריק טון פאר מוהרא"ש מיט'ן מחזק זיין זיינע אייניקלעך.


מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר מיר, ער האט אלעס אוועק געגעבן אז איך זאל קענען לעבן; מוהרא"ש וואלט געקענט זיין א שענערע רבי ווי דער גרעסטער רבי, ער האט אלעס מפקיר געווען אבי איך זאל קענען לעבן, איך זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ער האט אלעס אוועק געגעבן אז איך זאל קענען לערנען, דאווענען און האבן שלום בית וכו' וכו'. עס איז נישט שייך אויסצורעכענען, עס איז נישט שייך מסביר צו זיין וואס מוהרא"ש האט מיר געגעבן; פריי איך זיך זייער אז איך קען צוריק געבן פאר מוהרא"ש.


ווער געדענקט דען נישט די שמחה וואס מוהרא"ש האט געהאט יעדע מאל די אייניקלעך זענען געקומען; ער האט זיי אזוי מקרב געווען, זיך אזוי געזארגט פאר זיי. ער האט פרובירט מיט אלע וועגן זיי זאלן אויך גיין אויף דעם וועג, איך געדענק איין מאל האט מוהרא"ש מיר געבעטן איך זאל ארייננעמען אן אייניקל ביי מיר אין די דירה אין אומאן. איך בין געווען צענדליגער מאל אין שטוב נאכן ליל שישי שיעור מיט אייניקלעך, ווי מוהרא"ש האט פרובירט אויף אלע וועגן זיי מסביר זיין דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, די פראקטישע וועג פון אנהייבן מעביר סדרה זיין אנהייב וואך; א טייל האבן זיך אויסגעלאכט, א טייל האבן אויסגעהערט און א טייל האבן יא שטילערהייט אנגעהויבן גיין אין דעם וועג.


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך מאך אן עסק פון דיר יעדעס מאל דו קומסט ארויף; וואס זאל איך טון, איך שפיר ווי מוהרא"ש שטייט אויבן און קוועלט פון דעם וואס די אייניקלעך קומען אין ישיבה און זענען זיך מחי' און מחזק מיט די עצות און חיזוקים פון הייליגן רבי'ן.


יעצט בין איך אביסל פארנומען, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.