בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א פרייליכער מענטש איז פריי פון אלע פארמאכטקייטן
ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט זיך זייער שטארקן אין די זאך פון זיין פרייליך, אז דו וועסט זיין פרייליך וועט אוועק פאלן אלע דיינע פראבלעמען, ווייל אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן - נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף די וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.