בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט, און ענק זאלן מגדל זיין דעם קינד און אלע ענקערע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים.
בנוגע די נאמען; געב א נאמען ישעיה, ווייל אז דיין ווייב האט צוגעזאגט צו געבן נאכן צדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו - דארף מען איינהאלטן די צוזאג, מען קען נישט יעצט צוריק ציען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.