בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - די עלטערן וועלן האבן די רוח הקודש וועלכע נאמען צו געבן
קינדער, תודה והודאה, נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די נאמען וכו'; יעצט איז נאך פרי צו אפמאכן וועגן א נאמען. עס שטייט פון צדיקים (שער הגלגולים, הקדמה כג; ועוד); ווען מען געבוירט א קינד קומט א בחינה פון רוח הקודש פאר די עלטערן וואס פאר א נאמען צו געבן, אם ירצה ה' ווען איר וועט האבן דאס קינד וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף רעדן וואס פאר א נאמען צו געבן.


ביז דערווייל זאלט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - געבן א נאמען נאך די באבע
כיבוד אב ואם, נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידעלע, א מתנה באקומען פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין איר מגדל זיין לתורה ולבעל תורה, ולחופה, ולמעשים טובים.


בנוגע וואס פאר א נאמען צו געבן, דיין שווער בעט דיר זאלסט געבן א נאמען נאך זיין מאמע און דיין ווייב האט נישט ליב די נאמען; זאג דיין ווייב אז מען טוט נישט אין לעבן וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג; ריכטיג איז צו געבן א נאמען נאך די באבע, זי איז געווען א צדיקת, זיך אוועקגעגעבן פאר תורה – איז גוט צו געבן א נאמען נאך איר.


כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, דער אייבערשטער זאגט: "עס איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד" (קידושין ל:).


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפציען ערליכע דורות און זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער.


יהודית איז גאר א שיינע נאמען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.) אויפן פסוק (דברי הימים א ד, יח): "'וְאִשְׁתּוֹ הַיְהֻדִיָּה יָלְדָה וְגוֹ', אמאי קרי לה יהודיה", פארוואס רופט מען בתי' בת פרעה מיט די נאמען יהודיה? "על שום שכפרה בעבודה זרה", ווייל זי האט געלייקנט אין פרעמדע געטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זיך אפשיידן פון די ערב רב וואס האבן אויסגעריסן די אידישע נעמען
נאמען, ערב רב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם אנהויבן צו רופן דאס קינד מיט איר צווייטע נאמען, אדרבה, עס איז בעסער צו רופן מיט די אידישע נאמען; וואס מער זיך אפשיידן פון די ערב רב וואס האבן אויסגעריסן אלע אידישע נעמען און דאס געטוישט אויף העברעאיש, ביי אונז איז א שטאלץ די אידישע שפראך.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - געב דעם נאמען וואס דיין טאטע וויל
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב דעם נאמען וואס דיין טאטע שליט"א וויל, אזוי וועלן אלע זיין צופרידן; סיי דיין טאטע שליט"א און סיי דיין ווייב תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, א גדול בתורה; דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון אים און פון אלע קינדער.


איין זאך פארשטיי איך נישט, ווען דו ענדיגסט דעם בריוו שרייבסטו זיך אונטער: "א הארץ וואס וויינט" - מיט דיין נאמען; איך וויל פארשטיין, פארוואס 'א הארץ וואס וויינט'? וויינט פון וואס? שרייב זיך אונטער: "א הארץ וואס איז פול מיט דאנק און לויב צום אייבערשטן", דו ביסט געבענטשט געווארן מיט נאך א ליכטיג קינד, "א הארץ וואס דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון א געזונטע קינד"; שוין גענוג געוויינט, יעצט הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#4 - מ'קען זייער גרינג אלעס איבערדרייען צום גוטן
תפילה והתבודדות, צרות, תהלים, שאלות, תכלית, נאמען, חכמות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין מסיים געווען די זעקסטע מאל ספר תהלים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג) אז תהלים ברענגט צום אייבערשטן, תהלים ווייזט די וועג ווי אזוי מען ווערט נאנט צום אייבערשטן; אז מען זאגט תהלים האט מען כח נישט אראפצופאלן, מען בלייבט אן ערליכער איד.


זייט זיך נישט מבלבל אז איר האט אסאך נעמען; מוהרא"ש זאגט טאקע מען זאל נישט געבן פאר א קינד אסאך נעמען, מען זאל געבן אדער איין נאמען אדער צוויי נעמען, ווייל: "אסאך נעמען - מער פראבלעמען", אזוי האט מוהרא"ש געזאגט, אבער אז איר האט אפאר נעמען - מיינט נישט אז איר וועט ליידן. עס איז אזוי ווי ביי חכמת היד, וואס מוהרא"ש זאגט: "כָּל הַחָכְמָה הַזֹּאת הוּא אֱמֶת לַאֲמִתּוֹ", די חכמה פון קוקן אויף די האנט און זען וואס גייט זיין מיט'ן מענטש איז אן אמת'ע חכמה, "יֵשׁ קַו הַחַיִּים", מען קען זען אויפ'ן האנט ווילאנג מען גייט לעבן, "קַו הַחָכְמָה", מען קען זען אויב מען האט חכמה, "קַו הַשֻׁלְחָן", מען קען זען אויב מען וועט האבן פרנסה, "קַו הַגְּדוּלָּה", אויב מען וועט האבן גרויסקייט, "וַאֲפִלּוּ אִם קוֹרְאִים בְּקַו הַחַיִּים וְכוּ', שֶׁהָאָדָם הַזֶּה יֵשׁ לוֹ קִצּוּר יָמִים וְהוֹלֵךְ לָמוּת וְכוּ', אוֹ שֶׁנִּגְזַר עָלָיו עֲנִיּוּת וְכוּ'", דאך דארף מען וויסן, ווער עס קען די חכמה פון חכמת היד און זעט לויט די סימנים אויף די הענט אז ער וועט לעבן ווייניג, נישט האבן א שידוך, אדער נישט האבן קיין קינדער, "אִם רַק יְסוֹבֵב פָּנָיו אֶל הַקִּיר וְיִבְכֶּה בִּדְמָעוֹת שָׁלִישׁ אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְיַחְזֹר בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה, הַכֹּל יָכוֹל לְהִתְהַפֵּךְ לְטוֹבָה, כִּי אֵין הַקָּוִים מְחַיְּבִים כְּלָל", אויב וועט ער אויסדרייען זיין פנים צום וואנט און וויינען מיט הייסע טרערן צום אייבערשטן, ער וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער וועט זאגן איין קאפיטל תהילים אדער טון א חסד פאר א צווייטן איד, דורכדעם ווערט אויסגעדריידט אלע שלעכטס; אזוי איז ביי אלע זאכן, מען טאר זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אין די וועלט, מיר האבן די שטארקע געווער פון תפילה והתבודדות, מען קען מיט דעם אלעס איבערדרייען.


אויף אייער פראגע, אויב עס איז א פראבלעם אז איר שפירט ווי די טעג פליען וכו'; אז מען טראכט אריין זעט מען אז עס איז טאקע אזוי, די טעג פליען אריבער אזוי שנעל א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, נאר עס פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


אויף אייער פראגע אויב מען ווערט טמא וכו'; אז מען גייט אריין אין א בית הכסא, אפילו מען גייט אריין נאר צו נעמען עפעס - ווערט מען טמא, מען דארף זיך וואשן די הענט.


נעמט די עצה פון רבי'ן פון תפילה והתבודדות - וועט איר שפירן ווי א נייער מענטש, ווי איינער וואס איז אויסגעלייזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - עס איז נישט גוט צו געבן אסאך נעמען פאר א קינד
קינדער, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב נישט מער פון צוויי נעמען, מוהרא"ש זאגט עס איז נישט גוט אסאך נעמען, מער נעמען - מער פראבלעמען אין לעבן, השם ישמרינו; געב א נאמען נאכן הייליגן רבי'ן און לייג צו איין נאמען נאך א זיידע, נישט מער פון איין נאמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#2 - א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח
שמחות, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער ניי געבוירענעם אינגל! מזל טוב פאר'ן ברית! דער אייבערשטער זאל העלפן כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה, לחופה ולמעשים טובים.


ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה, ער האט באקומען א הייליגע נאמען, נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דער נאמען וואס ער טראגט זאל אים העלפן זיין א צדיק.


א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח; דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, "שֶׁיִּהְיֶה גַם כֵּן צַדִּיק", אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, "מַחֲמַת שֶׁנִּתְעוֹרֵר הָאוֹר שֶׁל הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּעוֹלָם הָעֶלְיוֹן", דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו די כוחות און איר זאלט קענען אויפציען אייערע קינדער מיט נחת און פרייד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - געבן א נאמען נאך א צדיק
קינדער, מחלוקת, משפחה, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! אזא נס, אזא אפענע נס האט דער אייבערשטער געמאכט מיט אייך! יעדעס מאל וואס א קינד ווערט געבוירן געזונטערהייט איז דאס א נס, כל שכן ווען די דאקטורים שרעקן אן וכו' וכו' און מען זעט ביים סוף אז זיי ווייסן גארנישט; זיי מיינען אז זיי זענען בעל הבית, זיי מיינען אז זיי זענען די וואס געבן קינדער - דעמאלט זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, מען זעט די כח פון תפילה.


בנוגע די נאמען וכו'; אויב אייער מאן נרו יאיר וויל געבן א נאמען נאך א צדיק און אויך איר ווילט דאס, די איינציגסטע פראבלעם איז די משפחה, איר האט מורא אז מען וועט חוזק מאכן וכו' וכו' - דארפט איר נישט קוקן אויף דעם, ווייל חוזק איז נאר דער וואס איז באמת א חוזק, אבער דער וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות איז קיין חוזק נישט. ביים סוף זעט מען ווער דער חוזק איז; די אלע וואס זענען באהאפטן צו צדיקי אמת - די לעבן א חיים טובים, די זעען נחת פון זייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער צדיקים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט זוכה זיין צו איידעמער צדיקים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט מורא פון צדיקים, ער מאכט נישט חוזק פון צדיקים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן א צדיק, א גרויסער תלמיד חכם.


נעמטס אריין אין זיך אז איר האט אליינס א משפחה; ברידער און שוועסטערס, שוואגערס און שוועגערינס - זענען גוט פאר משפחה איידער מען האט חתונה, נאך די חתונה הייבט זיך אן א נייע געשיכטע, מען בויט א נייע משפחה; איר מיט אייער מאן זענען יעצט די משפחה און ווי לאנג איר מאכט נישט חוזק איינער פון צווייטן איז גוט.


דעריבער זאלט איר מחליט זיין וואס איז גוט פאר ענק און נישט קוקן וואס די משפחה וועט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין דעם קינד און אלע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, די ברית זאל זיין אין צייט און איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן.