בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוזאמנעמען די פרויען פון איין יארגאנג
פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


חנוכה איז מיר אויסגעקומען צו גיין אין אלע קלאסן, סיי אין חדר און סיי אין סקול, איך האב געזען אייערע זין און טעכטער, אלע שיינען, אלע זענען ליכטיגע קיין עין הרע; דאנקט דעם אייבערשטן פאר זיי וועט איר זען נאך מער ניסים.


איך וויל פרעגן, אפשר קענט איר מסדר זיין א פרויען צאמקום פאר אייער יארגאנג וכדומה? די קהילה אין שטעטל ווערט נאר גרעסער און עס איז נישט אזוי באקוועם צו זיצן אזוי סאך אינאיינעם, עס איז מער היימיש, מער געשמאק ווען עס איז צעטיילט, ווי קלענער דער עולם – אלץ גרעסער די שמחה; איך האב באקומען ידיעות פון נאך משפחות וואס ווילן זיצן מער מיט זייער יארגאנג, נישט מיט די יונגע ווייבלעך וכו'.


לאזט מיר וויסן.