בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אריין קומען העלפן די "בית הדפוס"; די אינגעלייט און בחורים וואס ארבעטן יעצט דארט קומען נישט אן מיט זייער ארבעט, און דאס בעסטע וועג איז אז מען צעטיילט די ארבעט צווישן אלע חברים. מיר זוכן יעצט א אינגערמאן וואס זאל זיין ממונה אויף די USB'ס; מיר האבן א טייערע מאשין פאר דעם און מען דארף האבן איינער וואס איז גרייט צו ארבעטן מיט דעם מאשין אנצוגרייטן דרשות, ניגונים וכו' פאר די מפיצים.
זיי מיר מודיע אויב דו ווילסט זוכה זיין אין די מצוה, געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ"; עס ברענט א פייער, מענטשן ווערן פארברענט יעדע רגע, בחורים גייען נעבעך אראפ פון וועג יעדע סעקונדע, און נאר די רבי האט צו זיי א שפראך, די ווערטער פון רבי'ן ברענגט זיי צוריק. איך וויל אויף שטעלן תלמידים וואס דאס זאל זיין זייער גאנצע זאך, ארום גיין מיט איין מחשבה: 'ווי אזוי קען איך העלפן נאך א איד?'
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; ביי דיר איז ממש מקוים געווארן דער ווארט פונעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער טייטשט אויס דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטן ווי אזוי ער וועט אים העלפן, דאס הייסט דער פנים פונעם אייבערשטן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן, מיט דעם טייטשט ער: "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי" – קוק אויף צוריק, קוק וואסערע חסדים איך האב געטון מיט דיר, וועסטו מיר זען; אבער: "וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייזט מען נישט פארן מענטש און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס.
קוק צוריק ... וואס מיט דיר האט זיך אפגעטון, ווער וואלט געגלייבט אז דו וועסט אזוי שיין חתונה האבן; קוק וואס דער רבי מאכט פון א מענטש, ממש: "מְקִימִי מֵעָפָר דָּל, מֵאַשְׁפֹּת יָרִים אֶבְיוֹן" (תהלים קיג, ז), ווארט נאר ווארט וואס דער רבי וועט נאך מאכן מיט דיר אויב דו וועסט זיך דערהאלטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.