בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר ציילן יעדן טאג פאר א טאג
עבודת השם, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם, און אפילו דו ביסט אין די פייער דעפארטמענט - זאלסטו נישט ווערן באפריינדעט מיט די גוים; נאר זאלסט דאס טון לשם שמים, צו קענען ראטעווען מענטשן ווען עס ברענט א פייער, און קענען איינשפארן שאדנס פאר מענטשן, אבער חס ושלום ווערן באפריינדעט מיט די גוים.


מאך זיך א חברותא; לערן גמרא, לערן הלכה; און אז דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט - זאלסטו נישט אויפגעבן אויפן טאג, זאלסט נישט אוועק שניידן די טעג פון דיין לעבן; טעג זענען נישט פירות וואס מען קען זאגן די פרי איז יא גוט און די פרי איז נישט גוט, די פרי איז רייף און די נישט; מיר ציילן די טעג פון ספירה צו קומען צו קבלת התורה, צום הייליגן יום טוב שבועות, מיר ציילן יעדן טאג פאר א טאג; נישטא א טאג וואס מען זאל זאגן אז די טאג איז נישט קיין גוטע טאג וואס מען קען רעכענען פאר די חמישים יום, די טאג איז א דורכפאל, נאר יעדן טאג ווערן געציילט פאר א טאג; דאס לערענט אונז אז מיר זאלן יעדן טאג דינען דעם אייבערשטן, יעדן טאג לערנען און דאווענען, יעדן טאג טון חסד.


טייערער ליבער ברודער, יעדן טאג איז א טאג פאר עבודת השם, און אז מען קען נישט טון איין עבודה - מיינט נישט אז די טאג איז דערנאך, מען דארף יעדן טאג זוכן וואס מען קען ארויסכאפן גוטס, און אז מען איז אויפגעשטאנען שפעט - נאכן האבן א חשבון פון אויפשטיין פארטאגס און דינען דעם אייבערשטן - דארף מען וויסן אז די טאג איז נאכאלץ א טאג, מען ציילט די טאג פאר ספירה, און מען קען אנהייבן זיין אן ערליכער איד פון יעצט. אז דו ביסט פארשלאפן, ביסט אויפגעשטאנען שפעט - זאלסטו לויפן אין מקוה און אנטון טלית ותפילין און גיין דאווענען, און אז דו האסט שוין נישט קיין מנין - זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען; דאווען נישט אין שטוב און נישט אין אפיס, דאווען דוקא אין שול, און ווען דו ענדיגסט דאווענען זאלסטו זיך אונטערטאנצן א טענצל אז ברוך ה' דו האסט זוכה געווען אנצוטון די הייליגע טלית ותפילין, דו האסט זוכה געווען צו קומען אין שול דאווענען; דאס איז דאך די גרעסטע שמחה, דאס וועט בלייבן פון אונז.


אויך אין שטוב, אז זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, עס זעט אויס ווי דער היינטיגער טאג איז קיין טאג - זאלסטו געדענקען אז מען ציילט די טאג אויך פאר ספירה, איז דאס יא א טאג. די סטרא אחרא וויל פארנארן דעם מענטש אז די טאג איז נישט קיין טאג, די טאג איז פארוואלקנט, די טאג איז רעגנדיג, די טאג האסטו זיך אויפגערעגט, און די טאג האסטו פוגם געווען וכו' רחמנא לצלן; דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, אבער ביים אייבערשטן איז יעדן טאג א טאג, זאלסטו זוכן וואס דו קענסט טון עפעס גוטס אפילו עס זעט אויס נישט מסודר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.