בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א קאפיטל תהלים איז אזוי ווי א פאנטש
תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


זאג אביסל תהלים יעדן טאג. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהלים איז אזוי ווי א פאנטש", א גוטע טרינק וואס שטילט די דורשט.