בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קום נישט אויף אמעריקע, נישטא אין אמעריקע גארנישט, א רחמנות אויף די משולחים וואס קומען קיין אמעריקע נאך געלט, זיי גייען אריבער בזיונות, עס איז זיי ביטער שווער צו קענען דעקן די הוצאות פון קומען און גיין, אפגערעדט ווי שווער עס איז אוועק צו פארן אן די ווייב, זיך וואלגערן ווי אן עלנדער מענטש; אז דו פרעגסט מיר, זאג איך דיר קלאר און דייטליך: "קום נישט".
אז די חובות דרוקן דיר - זאלסטו גיין צום קבר רבי מאיר בעל הנס און זיך דארט אויסוויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך שפיר ווי איך גיי אראפ פון זין פון מיינע חובות, הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד, איך ווייס איך בין אליין שולדיג, ווייל אז מען איז פוגם בברית מיט הוצאת זרע לבטלה פאלט מען אריין אין חובות, בעט איך דיר הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה און שיק מיר שפע צו קענען מפרנס זיין מיין משפחה".
אויך כאפ זיך אריבער קיין יבנאל, עס איז נישט ווייט פון טבריה. זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך מיט דיינע תפילות, נאכדעם זאלסטו עפענען א ספר אשר בנחל, און די בריוו וואו דער ספר עפנט זיך - דארט וועסטו באקומען א תשובה וואס דו האסט צו טון, און דו וועסט זען א ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.