בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ...
איך האב ערהאלטן דיין געבעט.
דא האסטו א קליינע שיינע תפילה, און ווען עס ווערט דיר שווער, עס ווערט טונקל – זאלסטו דאס זאגן.
"רבונו של עולם איך דאנק דיך פאר אלעס וואס דו טוסט מיר, מאכסט מיר אלץ נאר גוט, געבסט מיר אזויפיל גוטס, וויפיל איך וועל דיך דאנקען – איז נישט גענוג.
הייליגער באשעפער, יעצט גיי איך אריבער די גאנצע פרשה מיט ... (שמועס אויס די גאנצע זאך), איך בין אזוי פארלוירן, איך בין אזוי דערשראקן, וואס גייט דא זיין? וועט דאס אריבערגיין? וועט זיך עס גוט ענדיגן? הייליגער באשעפער איך וויין, איך בין אזוי פארקלעמט, איך ווייס נישט וואס צו טון, צו וועם זאל איך מיך ווענדן? איך האב נישט קיין שום עצה, קיינער קען מיר נישט העלפן, קיינער קען מיר נישט טרייסטן, נאר איין עצה האב איך, איין כח האב איך, מיין מויל איז מיין כח, מיט מיין מויל וועל איך רעדן צו דיר, מיט מיין מויל ווען איך שמועסן מיט דיר, איך וועל נישט אפלאזן די זאך פון תפילה.
הייליגער באשעפער בארואיג מיך, זאג מיר אז עס גייט שוין זיין גוט, איך האב דיך אזוי ליב, נאר דו קענסט מיך טרייסטן, מיך בארואיגן אז אט אט גייט די זון צוריק אויפשיינען, אט אט גייען אלע שווארצע וואלקענעס אוועק גיין.
איך בעט דיר זייער, אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא, אנא ה' עננו ביום קראינו, נעם אן מיינע תפילות, זע מיין צעבראכן הארץ, אין די זכות פון די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר נשמות ישראל, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, אמן סלה".