בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך וויל אייך בעטן, אפשר ווילט איר קומען העלפן ביי די מוסד, מיר דארפן האבן א פרוי וואס זאל אנפירן די פראגראם פאר די קליינע קינדער, אז אלעס זאל זיין לויט ווי די געזעץ פארלאנגט און זיך פירן לויט די אנווייזונגען פון די מנהלת תחי', מיר טראכטן אז איר וואלט געווען זייער פאסיג פאר דעם.
פארגעס נישט, דאס איז נישט סתם אבי אן ארבעט, דאס איז דעם רבינ'ס מוסדות, מוסדות וואס זענען געבויט אויף מחנך זיין דורות פארן אייבערשטן, מחנך זיין די קינדער זאלן לעבן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן.
איך וועל אייך זייער מכיר טובה זיין אז איר וועט אננעמען דעם אמט, אזוי וועט עס זיין גוט אוועק געשטעלט, און די מוסד וועט מרוויח זיין, און קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אין צייט.
א גרויסן יישר כח.